ⓘ פלוראליזם איז דער געדאנק פון פארנעמען און אויסליידן דעם אנדערן - זיינע מיינונגען, לעבנסשטייגער, סטיל, אפשטאם, קאליר הויט, אאוו. אין א פאליטישע דעמאקראטישע געדאנ ..

                                     

ⓘ פלוראליזם

פלוראליזם איז דער געדאנק פון פארנעמען און אויסליידן דעם אנדערן - זיינע מיינונגען, לעבנסשטייגער, סטיל, אפשטאם, קאליר הויט, אא"וו.

אין א פאליטישע דעמאקראטישע געדאנק מיינט דאס צו ערלויבן די בירגער זיך צונויפנעמען אין גרופעס צו דערקלערן איין שניט, און אויסדרוקן זייערע געדאנקען מיט אויפשטעלן פארשידענע ארגאניזאציעס.

וו.צ.ב. ארגאניזאציעס אין ישראל:

  • יד שרה וואס האלטן אז די רעגירונג גיט זיך נישט גענוג אפ מיט די באדארפענע.
  • פריוואטע שולעס מיט אן אייגענעם שטרעבונג.
  • א.ד.ג.
  • פארשידענע פאליטישע פארטייען. ווי צב"ש עלה ירוק א אינסטיטוציע וואס גרייכט צו ערלויבן דראגס.
  • הצלה וואס האלטן אז די רעגירונג גיט זיך נישט אפ גענוג מיט די קראנקע.

אויך מוז א דעמאקראטישע רעגירונג לאזן די פארשידענע גרופעס זיך אויסדרוקן מיט פארשידענע וועגן כדי צו משפיע זיין אויף אנדערע, ווצ"ב דורך ארגיניזירן דעמאנסטראציעס א.א.וו. בתנאי אז עס צושטערט נישט די פרייהייט פון אנדערע בירגער, און עס צושטערט נישט דעם געזעץ.

צוזאמען מיט די פלארעליזם, מוז זיין אויך א געוויסע אפמאך צווישן די בירגער, כדי זאל די רעגירונג זיין אוועק געשטעלט אויף א פלאץ און נישט צובראכן און צוברעקלט מיט פול סארטן גרופעס און מיינונגען וואס קען בריינגען צו אנארכיע.

                                     

1. פלוראליזם אין די תורה

פלוראליזם אין דער תורה:

  • מה ששנוא עליך אל תעשה לחבריך.
  • אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו. אבות ב ה
  • ואהבת לרעך כמוך. ויקרא י"ט י"ח
  • דברי חכמים בנחת נשמעים. קהלת ט י"ז
  • יהי כבוד חברך חביב עליך כשלך. אבות ב י"ג
  • כשם שאין פרצופיהן של בני אדם דומין לזה כך אין דעותיהן של בני אדם דומין זה לזה. תלמוד ירושלמי ברכות ט.