ⓘ 911. סעפטעמבער 11 איז דער טאג אין וועלכע אמעריקע האט געליטן איר שוידערליכסטן טעראר אטאקע אין איר היסטאריע. פיר פליגער זענען געווארן פארכאפט דורך אראבישע מוסלמענ ..

9

‏ 9 איז דאס נײַנטע יאר אינעם 1טן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. אין יענער צײַט איז נאך נישט געווען קיין גרעגאריאנישער קאלענדאר, דערפֿאר איז דאס יאר נאר אינעם יוליאנישן קאלענדאר. דער קריסטלעכער קאלענדאר וואס איז אנגענומען הײַנט האט ערשט אָנגעהויבן פראקטיש אין יאר 525, אבער איז געווארן אײַנגעפֿירט רעטראאַקטיוו. דעריבער, איינער וואס האט געלעבט אין 9, האט נישט געוואוסט אז ער לעבט אין יאר 9. אלע דאטעס דא זענען לויטן יוליאנישן קאַלענדאַר. דאס יאר 9 האט אנגעהויבן דינסטיק.

א בקיצורדיקע היסטאריע פון דער מענערס רעכט באוועגונג

"אַ בקיצורדיקע היסטאָריע פֿון דער מענערס רעכט באַוועגונג" איז אַ בוך וואָס איז געשריבן פֿון פּיטער רײַט. לויט דער הקדמה, איז די מענערס רעכט באַוועגונג כולל גרופּעס אָדער יחידים וואָס שלאָגן זיך פֿאַר אויסגעבעסערטע מענטשנרעכט פֿאַר מענער. דאָס בוך פּרוּווט אַ קורצעם איבערבליק פֿון די היסטאָרישע התחלות און צילן פֿון דער באַוועגונג במשך די יענע 150 יאָרן צוצושטעלן. עס זענען פֿאַראַן 5 חלקים מיט זייעריקע קאַפּיטלעך, וואָס הייסן: חלק 1: התחלות ענגליש: "Beginnings" 1. אַ וואָרט פֿאַר מענערס רעכט 1856 ענגליש: "A Word for Mens Rights 1856") 2. קאָנפֿערענץ וועגן מענערס רעכט נאַרײַעט 1857 ענגליש: "C ...

                                     

ⓘ 9/11

סעפטעמבער 11 איז דער טאג אין וועלכע אמעריקע האט געליטן איר שוידערליכסטן טעראר אטאקע אין איר היסטאריע. פיר פליגער זענען געווארן פארכאפט דורך אראבישע מוסלמענער טעראריסטן פון דעם אל קאידא ארגאניזאציע. צוויי פון די פליגער זענען געווארן אריינגעקראכט אין די צוויי וואלקנקראצער פון דעם וועלט האנדל צענטער אין דאונטאון מאנהעטען, אראפברענגענדיג ביידע בנינים ווייניגער ווי צוויי שעה דערנאך. דער דריטער פליגער איז געווארן אריינגעקראכט אין דעם פענטעגאן בנין אין וואשינגטאן, און דער פערטער איז אראפגעברענגט געווארן דורך די פאסאזשירן אין א ליידיגן פעלד אין פענסילוועניע.

קרוב צו דריי טויזנט מענטשן זענען געשטארבען פון דער אטאקע.

9/11 איז נישט בלויז א דאטום. עס איז א באצייכענונג צו די תקופה אין וועלכן מיר לעבן אצינד: טעראר און איסלאמישע פונדעמאנטאליזם. קיין שום לאנד איבער דער וועלט איז היינט נישט באווארענט פון דעם טעראר געפאר.

                                     

1. היסטאריע

דעם 11טן סעפטעמבער 2001, 8:46:30 צופרי, האט א קאמערציעלער פליגער אריינגעריסן אינעם צפון טורעם פון די צווילינג טורעמס. מיט קארגע 16 מינוט דערויף האט א צווייטער פליגער אריינגעשאסן אינעם דרום טורעם פון די צווילינג טורעמעס. ביז א 2 שעה דערויף, זענען די 2 העכסטע געביידעס אין מאנהעטן געווען היסטאריע. חורבן און צעשטער, וואס מקען זיך אזוינס נישט פארשטעלן. אומברענגענדיג קרוב צו דריי טויזנט מענטשן.

בערך 9:40 יענעם אינדערפרי האט אן אנדערער פליגער אריינגעשאסן אין דער פענטאגאן געביידע.

אן אנדערע פליגער אויפן וועגן צום ווייסן הויז האט זיך אויפגעריסן אינעם וואלד. קאנספיראטארן זאגן אז דאס האט דאס מיליטער ארונטערגעשאסן. דאס מיליטער לייקענט קאטעגאריש. זעט טעאריע סעפטעמבער 11