ⓘ ספר שופטים. יהושע האט איבערגעבן די תורה פאר די זקנים. נאכער האט זיך געשאפן די שופטים, וועלכע האבן געמשפט כלל ישראל, ווי עתניאל בן קנז, אהוד בן גרא, יפתח הגלעדי ..

                                     

ⓘ ספר שופטים

יהושע האט איבערגעבן די תורה פאר די זקנים. נאכער האט זיך געשאפן די שופטים, וועלכע האבן געמשפט כלל ישראל, ווי עתניאל בן קנז, אהוד בן גרא, יפתח הגלעדי און נאך.

דער לעצטער שופט איז געווען שמואל הנביא, און לויט דער גמרא בבא בתרא י"ד האט שמואל הנביא געשריבן דעם ספר שופטים. דער ספר פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטוהן פון ווען יהושע איז געשטארבן ביז סוף פון די טעג פון עלי הכהן, ווען שמואל הנביא איז געבוירן.

דער ספר הייבט אן קודם וויאזוי יודען האבן איינגענומען חלקים פון ארץ ישראל נאכדעם וואס יהושע איז געשטארבן, דערנאך פארציילט ער וויאזוי די שופטים האט געמשפטט די אידן. שטענדיג איז געווען ווען אידן האבן געדינט השי"ת איז זיי גוט געווען, זיי האבן נישט געהאט קיין צרות פון די גוים, אדער תיכף ווי זיי האבן געזינדיגט פאר גאט האט זיך געשטארקט אויף זיי א מלך פון די גוים, ביז זיי האבן געוויינט און תשובה געטוהן דאן איז אויפגעשטאנען אויף זיי א שופט פון די אידן און זיך געשטארקט אויף די גוים.