ⓘ סאטמאר ..

אלטע פייגא טייטלבוים

מרת אלטע פייגא טייטלבוים. איז געווען די צווייטע רביצין פון סאטמארער רבי הרה"ק ר יואל טייטלבוים זצ"ל. זי איז געבוירן אין יאר התרע"ב מיטן נאמען אלטע פייגא שפירא, אין דער שטאט טשענסטעכאוו פוילן, צו איר פאטער הר"ר אביגדור שפירא, טשענסטכאווער רבי, פון דער קאזשניצער גזע. איר מוטער איז געווען אן אייניקל פון מאור ושמש. זי האט חתונה געהאט מיטן סאטמארער רבי י"ג אלול התרצ"ז. דער סאטמארער רבי איז געווען מער פון צוואנציג יאר עלטער פון איר. דעם סאטמארער רבינס טאכטער רויזאלע איז געווען מער נישט ווי צען יאר יונגער פון דער רביצין, דעריבער האבן זיי זיך קיינמאל פארטראגן. אין דער צייט וואס איר מאן האט געלעבט ...

בני יואל

בני יואל זענען סאטמארער חסידים, וואס וואוינען בעיקר אין קרית יואל, וואס נאך דער פטירה פון ערשטן סאטמארער רבין רבי יואל טייטלבוים, האבן זיי נישט געוואלט זיך אונטערווארפן זיין נאכפאלגער דער ברך משה זי"ע. היינט צוטאגס אנערקענען רוב פון זיי יא דעם רבין ר זלמן לייב טייטלבוים אלס סאטמארער רבי.

בתוך הגן

בתוך הגן א תורה בלעטל אויף די פרשת השבוע וואס פלעגט ערשיינען אין יאר תשס"ה דורך תלמידי ישיבה לצעירים דסאטמאר וויליאמסבורג. עס האט זיך דערקענט אז עס ווערט געמאכט דורך יונגע אומערפאנע אומרייפע בחורים, און ספעציעל איז עס ארויסגעשווימען אין די עפענטליכקייט ווען זיי האבן בטעות אריינגעלייגט א אומ-מוגהדיגע תורה פון סאטמארער רבי הרב זלמן לייב טייטלבוים, וואס האט אויסגעקוקט כאילו ער זאגט אז מען געבט א שקל שלם אנשטאט א האלבע מחצית השקל. עס האט דעמאלטס אויפגערודערט די היימישע גאס, און דער בלאט האט עטליכע וואכן אין א צו געמאכט געשמאקע צימעס דערפון, און ווי אויך א נאמען געגעבן זייער פורימדיגע ביילאגע י ...

גינת ורדים

א שיינע תורה בלעטל וואס פלעגט ארויסגעגעבן ווערן דורך די זאלי פראקציע אין סאטמאר, וואס ארונים און זאלונים און אלוועלטליכע אידען צוגלייך פלעגן עס באוואונדערן, און היינט צוטאגס באדויערן אויף איר פארשוואונדען ווערן פון די מאפע. עס האט אנגעהויבן צו ערשיינען אין זוממער שנת תשס"ד, אנגעבליך אלץ א אומפארטייאישע בלעטל, און האט אפילו כמעט נישט געהאט קיין תורות פון סאטמארע רבי הרב זלמן לייב טייטלבוים, און אויך גאר ווינציג פון סאטמארע רבי בעל ברך משה זצ"ל. עס האט אבער געהאט עטליכע גאר ציענדע ארטיקלען וואס מענטשען פלעגן זיך פאסמאקעווען דערמיט, איבערהויפט די מאמר "מאוצר המנוצר" אויפן ערשטן זייט, וואס פלע ...

סענדער דייטש

ער איז געווען יארן לאנג רעדאקטאר פון דער צייטונג "דער איד" אונטערן פען נאמען "אליעזר עפשטיין". ער איז נישט בלויז געווען איר לאנג יעריגער רעדאקטאר נאר ער האט זי געפירט יארן און זי געדרוקט אין זיין דרוקעריי "דייטש פרינטינג" און מיט דער צייט ווען דער איד האט זיך אויסגעברייטערט און עס האט פארנומען א סך צייט און ארבעט, און זייענדיג דער רעדאקטער פון דער צייטונג האט ער זיך נאר אפגעגעבן מיט דער צייטונג און ער האט מער נישט געקענט אננעמען אנדערע דרוקעריי ארבעט.

דער באריכט

דער באריכט איז געווען א יודיש שפראכיגע פרומע צייטונג ארומגעשיקט פריי וועכנטליך במשך עטלעכע חדשים אין יאהר תשס"ה פאר אלע איינוואוינער אין קרית יואל, מאנרא. עס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך די מינאריטעט אפאזיציע צו די ווילידזש, די בני יואל און זאליס, כדי צו קריגן מאמענטום ביי די וואלן. למעשה האבן זיי נאך בערך א האלב יאהר געהאט צו ווייניג רעקלאמעס צו קענען פינאנציעל אנגיין, ממילא האבן זיי זיך געמוזט צושפארן.

                                     

ⓘ סאטמאר

  • דא ס װא רט קען זיך װײ טער צעטײלן צו עטלעכע בא דײ טן: די שטאט סאטמאר אין רומעניע דאס סאטמארער חסידות די סאטמארער ישיבה אין קווינס, ניו יארק די סאטמארער
  • טאמער זוכט איר די שטאט, זעט סאטמאר שטאט סא טמא ר איז א חסידות וואס איז געגרינדעט דורך רבי יואל טייטלבוים, רב אין סאטמאר זיבנבערגן. היינט וואוינען די
  • דער ארטיקל דיסקוטירט די שטאט סאטמאר טאמער זוכט איר דאס חסידות, זעט סאטמאר הויף סא טמא ר אדער אדער סא טמער רומעניש: Satu Mare אונגאריש: Szatmárnémeti
  • טייטלבוים מיט זיינע חסידים זאלוינים, ווער עס האט איבערגענומען די פירערשאפט פון סאטמאר חסידות מיט אלע מוסדות און חסידים. ביזן יאר תשנ ט, איז געווען די אנגענומענע
  • סאטמאר שול ראדני איז די גרויסע סאטמארער זאלי שול אין וויליאמסבורג, ברוקלין, נו יארק, אויף דער גאס ראדני סטריט 152. די שוהל איז געווען די אפיציעלע גרויסע
  • קול סאטמאר איז א חרדישער האטליין פאר נייעסער און מעלדונגען פון די סאטמערער אפטייל פון די ארונים עס ווערט אנגעפירט דורך ר נפתלי משה ווייס אין הרב אהרו
  • גערינדעט נאכן צווייטן וועלט קריג מיטן נאמען סאבאלטש - סאטמאר אין 1991 איז דער נאמען געווארן סא באלטש - סאטמאר - בערעג. עס איז די זעקסטע גרעסטע מעדזשע אין אונגארן
  • קיין סאטמאר וואו ער האט געוואוינט דארט 6 יאר ער האט געהאט דארט זיין אייגן ביהמ ד וואס מען האט גערופן דער ארשעווער ביהמ ד און פילע אידן פון סאטמאר האבן
  • רבי חיים האלבערשטאם זצ ל ה תרמ ב י ט כסלו ה תש ב רב אין סאטמאר רבי חיים ל איז געבוירן אין יאר ה תרמ ב, דער עלצטער זון צו זיין פאטער הרב שלום אליעזר
  • געגרינדעט געווארן שבת שירה תשס ג צוליב דעם סאטמאר מחלוקת, ווען די אהרונים האבן פארלוירן די אייגענטומערשאפט פון דער סאטמאר זאלי שוהל אויף ראדני סטריט, האבן זיי
  • צוליב מאנגל אין פלאץ. ר אהרן קויפמאן, ר י אור התורה סאטמאר מאנטרעאל ר וואלף לאנדא, ר י לצעירים סאטמאר קרית יואל ר שלום פאפנהיים ר מ - משפיע בעיר מאנטריאל
  • לויט זיי יא פרום. זעט דעם הויפ ט א רטיקל סאטמאר מחלוקת ניסן תשנ ט האט אויסגעפלאצט א באמבע מחלוקה אין סאטמאר וואס ווערט פארעכנט אלס די גרעסטע חסידישע מחלוקה
                                     

אלעזר הורוויץ

רבי אלעזר הורוויץ איז דער רב פון ביהמ"ד ויואל משה דסאטמאר אויף דער 49סטער גאס אין בארא פארק. דאס איז א אומאפהענגיגער ביהמ"ד וואס באלאנגט נישט צו קיינע פון די סאטמארער רביס, עס דאווענען דארט אידן וואס זוכן צו דאווענען מיט א לעבעדיגקייט, און אן קיין שמועסערייען. די תורות זיינע, ווערן געזאגט געבויעט אויף די תורות פון רבי יואל טייטלבוים, סאטמער רבין. ער האלט אז ווייניג פארשטייען היינט דעם סאטמער רבינס שיטה אזוי ווי ער.

                                     

שלמה וויינגארטען

ר שלמה וויינגארטען איז געווען איינער פון די חשובע תלמידים פונעם סאטמאר רבי ר יואל טייטלבוים ז"ל, אויך איז ער געעווען א חשובער מקורב פון זיין ממשיך דרך ר משה טייטלבוים ז"ל. ר שלמה האט געגרינדעט דעם עלטסטן געזונטהייט געשעפעט אין די ליע עועוניו הויפט גאס אין וויליאמסבורג, עס איז נאך אפן ביז יעצט. זיינע מפורסמדיגע קינדער זענען: ר יצחק לייב וויינגארטען, ר ישראל משה וויינגארטען.

                                     

סאנדז סט.

סאנדז סט. איז די גאס וואו די סאטמארער ישיבה גדולה איז געווען סטאנציאנירט פון? ביזן יאר התש"מ ווען מען האט עס אריבערגעצויגן קיין קרית יואל, און דעריבער איז די ישיבה זעלבסט אנגערופן געווארן מיטן נאמען סאנדז סט. און די תלמידים אלץ "סאנדז סט. תלמידים".

                                     

הערץ פרענקל

ר הערץ פרענקל איז דער ענגליש פרינציפל אין סאטמארער מיידל שולע אין וויליאמסבורג. ער איז אנגעטאן ווי א ליטוואק און וואוינט נישט צווישן סאטמאר און פירט זיך נישט ווי זיי. איז ער אבער געווען שטארק נאנט מיט ר יואל טייטלבוים און איז א סאטמאר ספויקסאמן צוליב זיין פרעמדער אינטעליגענטער ענגליש.

                                     

קהלתינו

קהלתינו איז א מאנטאליכער גליון אויף יידיש וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך קהל ייטב לב אין קרית יואל. אין דעם גליון באריכט מען נייעס און ארטיקלען פון דער קהילה. עס ווערט ארויסגעשיקט פריי יעדן מאנאט אויף דער פּאָסט פאר אלע מיטגלידער.

                                     

ליפא שטויבער

ליפא שטויבער איז א חרדישער הומאריסט, א סאטמארער חסיד, און לאזט זיך רופן פעטער ליפא, גייענדיג זייער אסאך משמח זיין חולים ונצרכים. ער איז זייער א געלונגענער פיגור אין דער היימישער געמיינדע. ער געהערט צו דער סאטמארער שטויבער פאמיליע, וואס זענען אלע אלס הומאריסטן, וואס האבן געדינט אלס פורים שפילער אין די סאטמארער הויפן. ליפא שטויבער איז דער באקאנטער פיגור, וואס איז געווען דער יחצאל ביים יוסף שפיל וואס איז פארגעשטעלט געווארן אום יאר תשנ"א, אין ברוקלין קאלעדש.