ⓘ מיטאלאגיע ..

אשרה

די וואס האבן געדינט אשרה, האבן געגלייבט אז זי איז די ווייב פון גאט. ארכעאלאגן האבן געטראפן שטיקלעך כלי חרס וואס זענען באלט דריי טויזנט יאר מיט אויפשריפטן אין כתב עברי וואס בענטשן אין דעם נאמען פון "יהוה און זיין אשרה".

מאהאבהאראטא

מאַהאַבהאַראַטאַ - די גרויסע בהאראטא - איז איינער פון די צוויי מערסטע באוואוסטע מיטאלאגישע עפאסן אין אינדיע און די ארומיגע לענדער. דער צווייטער עפאס איז די ראמאיאנא. פון די צוויי ווערט די מאַהאַבהאַראַטאַ פאררעכנט חשובער פון א רעליגיעזן און היסטארישן אספעקט, אבער די ראמאיאנא איז מער ליטעראטוריש. דער עפאס איז צעטיילט אין אכצן אפטיילונגען. מזאגט אז וויאסא האט מחבר געווען די מאַהאַבהאַראַטאַ.

עדיפוס

עדיפוס איז א טראגעדישער פיגור אין דער גריכישער מיטאלאגיע. די מיטאלאגיע דערציילט אז עדיפוס איז געווען א קינד צו זיין טאטן לאיאס, דער קעניג פון טעביי, און צו זיין מאמען יאקאסטא. ווען עדיפוס איז געבוירן געווארן האט דער מגיד עתידות אראקעל פון דעלפי געזאגט נבואה אז עדיפוס וועט אין זיין עלטער מארדן זיין טאטע און ליגן מיט זיין מאמען. עדיפוסס עלטערן האבן באשלאסן גערן צו איבערגעבן זייער קינד צו א פאסטאך, זאל אראפווארפן דאס קינד פון א הויכע בארג. אבער דער פאסטאך מיט זיין דערבארעמדיקייט האט דאס נישט געטון, און האט איבערגעגעבן דעם קינד צו אן אנדער פאסטאך פון קארינאטוס. דער פאסטאך פון קארינאטוס האט איב ...

פאנטאזיע

פאנטאזיע איז אנדערשט ווי רעאליטעט, צוליב דעם וואס פאנטאזיעס קען זיין בלויז ריין כל כולו גליק און גוט. אויב קומט דאס ווירקליך אַריין אין רעאליטעט פארלירט דאס די געשמאק.

                                     

נחס תיבה

נחס תיבה איז געווען די קאסטן וואס נח האט געבויעט אין נאמען פון גאט כדי צו ראטעווען די צדיקים, זיין פאמיליע און אלע חיות פון א מבול וואסער, ווי סווערט דערציילט אין די תורה. די גרויסקייט פון תיבה איז געווען אומגעפער: 160 מעטער די לענג, 26 מעטער די ברייט, 18 מעטער די הויך.