ⓘ יצחק יהושע העשיל פרידמאן. ער איז געבוירן געווארן אין לאנדאן צו רבי ישראל משה פרידמאן און צו שרה, טאכטער פון חיים משה פעלדמאן. ער האט געלערנט אין דעם בעלזער חדר ..

                                     

ⓘ יצחק יהושע העשיל פרידמאן

ער איז געבוירן געווארן אין לאנדאן צו רבי ישראל משה פרידמאן און צו שרה, טאכטער פון חיים משה פעלדמאן. ער האט געלערנט אין דעם בעלזער חדר און ישיבה קטנה, און אין דער גייטסהעדער ישיבה. דערנאך האט ער געלערנט אין דער מירער ישיבה אין ירושלים, וואו ער אט געלערנט ביי הרב אשר אריאלי.

ער האט חתונה געהאט ז שבט תשע"ח מיט מלכה, טאכטער פון הרב אשר חיים שטערנבוך, דיין אין דעם אנטווערפענער מחזיקי הדת קהילה, זון פון הרב אליהו שטערנבוך.

נאך זיין טאטענס הסתלקות אין חודש אב תש"פ, איז נתפרסם געווארן אז זיין טאטע האט געשריבן אין צוואה אז רבי יצחק יהושע העשיל וועט איבער נעמען די סאדיגורער רביסטעווע כאטש אז ער איז דער פינפטער זון.

מיט זיין הסכמה, האט זיין מאמע שרה מכתיר געווען נאך צוויי זין רבי׳ס: רבי מרדכי שלום יוסף, סאדיגורער רב אין ירושלים, און רבי אהרן בער, סאדיגורער רב אין לאנדאן.