ⓘ יחזקאל סארנא. הרב יחזקאל חאַצקל סאַרנא איז געווען ראש ישיבה פון דער חברונער ישיבה און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה. ער איז געווען פאַראַנטוואָרטלעך פאר א ..

                                     

ⓘ יחזקאל סארנא

הרב יחזקאל "חאַצקל" סאַרנא איז געווען ראש ישיבה פון דער חברונער ישיבה און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה. ער איז געווען פאַראַנטוואָרטלעך פאר אריבערפירן די ישיבה פון סלאבאדקע קיין חברון אין תרפ״ה און שפּעטער, נאָך די תרפ״ט ראיאטן קיין ירושלים.

                                     

1. אָנהייב לעבן

ער איז געבוירן געווארן אין שבט תר״ן 1890 אין דעם דארף האראדאק, ווילנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע היינט אין מינסקער גובערניע, בעלארוס. זיין זיידע, הרב שרגא פייוול סארנא, איז געווען דער שטאטס רב, און זיין פאָטער, רבי יעקב חיים סארנא, האט געדינט ווי אַ שוחט און דרשן. זיין מוטער איידל איז געווען פון אַ משפּחה פון גערער חסידים.‏ ער האט באקומען זיין ערשטן חינוך פון זיין פאָטער און אין חדר אין האראדאק. אין עלטער פון 11 יאָר האָט מען אים געשיקט אין דער ״אור החיים״ ישיבה אין סלאַבאָדקע, און א יאר נאכהער איז ער אריבער אין דער ישיבה פון רבי זלמן סענדער כהנא שפירא אין מאלטש. שפעטער האט ער געלערנט אין דער ״כנסת בית יצחק״ ישיבה אין סלאבאדקע ביי הרב חיים ראבינאוויטש, מיט וועמען ער איז אריבער גלערנען אין דער טעלזשער ישיבה. אין 1906 איז די ישיבה צײטווײל פארמאכט געווארן צוליב די מוסר קאָנטראָווערסיעס, און ער האָט זיך צוריקגעקערט צו דער ישיבה אין מאלטש, דעמאלסט אונטער רבי שמעון שקאָפּ. מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט ער זיך אומגעקערט קיין סלאבאדקע און דאָס מאָל האט ער זיך איינגעשלאסן אין דער ״כנסת ישראל״ ישיבה וואו ער האָט באגעגנט רבי נתן צבי פינקל, דער "אַלטער פון סלאַבאדקע", און איז געווארן זיין תלמיד מובהק. שפּעטער האָט ער געשילדערט דעם איינפלוס פונעם אלטער אויף דער אויספֿארעמונג פון זיין רוחניותדיגן געשטאַלט: "אלץ איז פון אים און אָן אים בין איך געווען בלינד און טויב, און בלויז דורך אים האב איך זוכה געווען אז מיינע אויגן און מיינע אויערן האבן זיך א ביסל געעפנט".‏

ביז 1914 האָט ער כּסדר געלערנט אין סאלאַבאָדקע, אַחוץ עטלעכע חדשים ווען דער "אלטער" האט אים געשיקט אין דער טעלזשער ישיבה, כּדי אריינצוברענגען די שיטה פון מוסר אין דער ישיבה. נאָכן ערשטן וועלט קריג איז ער געגעאנגען קיין מינסק מיט אַלע ישיבה בחורים. צוליב זיין ניצן געפֿעלשטע דאָקומענטן מיט דער ציל צו פאַרמיידן דארפן זיך שטעלן צום פריזיוו אין דער רוסלענדישער אַרמיי, האט מען אים געכאפט און אריינגעשטעלט אין טורמע. עס איז אים געלונגען צו אנטלויפן פון טורמע און ער איז אנטלאפן צום שטעטל סמילאָוויטש, וואו דער חפץ חיים און זיינע תלמידים פון דער ראדינער ישיבה זענען דעמאלסט געווען. צוליב די אומשטענדן פון דער מלחמה, האָבן די סלאַבאדקער תלמידים געדארפֿט אַנטלויפֿן פֿון מינסק; ער אָבער האָט בעסער געוואָלט בלייבן מיט די ראַדינער בחורים. אין יענער תקופה האָט ער געשאפן נאָענטע באַציאונגען מיטן חפץ חיים און מיטן ראש ישיבה הרב נפתלי טראָפּ.

אין 1917 האָט מען אים צוריקגערופֿן אין דער סלאַבאדקער ישיבה, וואָס איז דעמאלסט געווען אין קרעמענטשאג, און צוויי יאָר שפּעטער האָט ער חתונה געהאט מיט פעשאַ מרים, א טאָכטער פון דעם ראש ישיבה הרב משה מרדכי עפשטיין. נאָך דעם סוף פון דער מלחמה, האָבן די ראשי ישיבה און זייערע תלמידים זיך באוויזן צו פארלאזן רוסלאנד און זיך אומקערן קיין סלאַבאדקע, וואָס האָט דאַן געהערט צו ליטע.

                                     

2. כלל פֿירערשאַפֿט

הרב סארנא איז געווען איינער פון די פירער פון דעם חרדישן ציבור אין די ערשטע יארן נאך דער גרינדונג פון דער מדינה, פון די הויפטן פון דער וועד הישיבות אין ארץ ישראל און פון חינוך עצמאי. ער איז געווען אַ מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה, און האט אנטיילגענומען אין די פערטע און פינפטע כנסיות גדולות, און איז געווען טעטיק אין די עפנטלעכע און פּאָליטישע באוועגונגען פון כנסת דעפוטאטן פון אגודת ישראל. לויטן עדות פון זיינס א ידיד הרב צבי יהודה קוק, פֿלעג ער אין זיינע לעצטע יארן נישט זאָגן תחנון אום אומאָפהענגיקייט טאָג, אָבער "זיין מיינונג איז נישט אנגענומען געוואָרן דורך די ישיבה בחורים".‏

                                     

3. וועבלינקען

  • ראש ישיבת חברון - חלוץ עלית הישיבות, בית יעקב, גיליון 25, סיוון תשכ"א, ביי HebrewBooks
  • אהרן סורסקי, ‏הגאון רבי יחזקאל סרנא, ראש ישיבת חברון, בית יעקב, גיליון 122/121, עמ 16–17, ביי HebrewBooks
  • הרב צבי א. נויגרשל, ארויס אין סמאַטין 135, צן
  • הרב יחזקאל סרנא, ‏נעשה ונשמע, ביי HebrewBooks
  • אַן אַרטיקל וועגן צום סוף פון דער שבעה נאך זיין פטירה אין דער צייטונג "שערים"
  • הגאון רבי יחזקאל סרנא זצ"ל איננו, הפרדס, שנה מ"ד להופעת כתב העת בארצות הברית כשנוסד בתרע"ג בפולין, תשרי תש"ל, עמ 35–37, ביי HebrewBooks