ⓘ שופר, ארגאניזאציע. שופר איז א קירוב ארגאניזאציע געגרינדעט דורך רב אמנון יצחק, צו מקרב זיין פרייע אידן צו א פרומער לעבנס שטייגער. די ארגאניזאציע איז געגרינדעט גע ..

                                     

ⓘ שופר (ארגאניזאציע)

שופר איז א קירוב ארגאניזאציע געגרינדעט דורך רב אמנון יצחק, צו מקרב זיין פרייע אידן צו א פרומער לעבנס שטייגער.

די ארגאניזאציע איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשנ"ח, און איז באזירט אין ארץ ישראל, אבער פארמאגט פיליאלן איבערן וועלט.

די ארגאניזאציע פלעגט מיט עטליכע יארן צוריק דורכפירן ריזיגע ראליס און סעמינארן וועלכע זענען באטייליגט געווארן דורך טויזנטער מענטשן. פון די אינטערעסאנטסטע זאכן וועלכע האבן געצויגן צוקוקער, איז געווען ווי רב אמנון יצחק טענהט זיך ארום מיט מענטשן איבער שיטות און אמונה שאלות, בעת טויזענטער מענטשן קוקן צו מיט שפאנונג.