ⓘ פאראייניגטע שטאטן פרעזידענט-וואלן. די וואלן פאר פרעזידענט און וויצע פרעזידענט פון די פארייניגטע שטאטן זענען אומדירעקטע וואלן, אין וועלכע בירגער פון די פאראייניג ..

                                     

ⓘ פאראייניגטע שטאטן פרעזידענט-וואלן

די וואלן פאר פרעזידענט און וויצע פרעזידענט פון די פארייניגטע שטאטן זענען אומדירעקטע וואלן, אין וועלכע בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן, וועלכע זענען רעגיסטרירט צו שטימען אין איינעם פון די פופציג שטאטן אדער אין וואשינגטאן די סי, אָבער אַנשטאָט וויילן דירעקט פאר די אמטן, וויילט מען פֿאַר מיטגלידער פון דעם עלעקטאָרן־קאָלעדזש.

די עלעקטאָרן האָבן דאַן דירעקטע וואלן, באַוווסט ווי עלעקטאָראַל וואלן, פֿאַר פּרעזידענט און פֿאַר וויצע פּרעזידענט.

דער קאַנדידאַט וואָס באקומט אַן אַבסאָלוט מערהייט פון די עלעקטאָרן צום ווייניגסטן 270 פון 538, זינט די דריי-און-צוואנציגסטער אַמענדמענט האט געגעבן וואל-רעכטן פאר איינוואוינער פון די-סי איז דערנאָך געוויילט צו דעם אַמט.

אויב קיין קאנדידאט באקומט נישט קיין אבסאלוטע מערהייט פון די שטימען פאר פרעזידענט, וויילט די רעפרעזענטאנטן הויז דעם פרעזידענט; אזוי אויך אויב קיינער באקומט נישט קיין אבסאלוטע מערהייט פון די שטימען פאר וויצע פרעזידענט, וויילט דער סענאט דעם וויצע פרעזידענט.

פרעזידענט־וואלן פאַלן אויס יעדע פיר יאר מיט רעגיסטרירט וויילער וואָס שטימען אויף וואַלן טאָג, וואָס זינט 1845 געפאלט דינסטיק דעם ערשטן דינסטאג נאָך דעם 1טן נאוועמבער. עס איז די זעלבער טאג פון פילע אנדערע פעדעראלע, שטאַט און לאקאלע פארמעסטן.

די עלעקטאָראַל קאָלעדזש עלעקטאָרן שטימען פֿארמאל דעם ערשטן מאנטאג נאָך 12טן דעצעמבער אין דער הויפּטשטאָט פון זייער שטאַט. קאָנגרעס באשטעטיגט די רעזולטאַטן אין אנהויב פון יאנואר, און דער פרעזידענטליכער טערמין הייבט זיך אן אין דעם באשווערונגס טאג, וואָס איז באַשטימט אויף 20סטן יאנואר.

                                     
  • די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן 2008 איז געווען די 55סטע פרעזידענט וואלן פאר פרעזידענט און וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, און איז
  • די אמעריקאנער פרעזידענט - וואלן 2020 זענען געווען די 59סטע וואלן פאר פרעזידענט און וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, וואס איז פארגעקומען
  • קאראאיבישן ים. דער ערשטער פ רעזידענט איז געווען דזשא רדזש ווא שינגטא ן. די פאראייניגטע שטאטן צוזא מען, מיט א שטח פון 9.83 מיליא ן קוואדראט ק מ 3.79 מיליא ן קוואדראט
  • איינער פון די פופציג שטאטן פון די פאראייניגטע שטאטן ער איז אין דעם חלק פון ניי ענגלאנד אין צפון - מזרח פון די פאראייניגטע שטאטן זיין הויפטשטאט איז באסטאן
  • אמעריקאנער ביזנעסמאן, מעדיע פערזענליכקייט, פאליטיקאנט, דער 45 טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ער איז געווען דער פארזיצער פון דער טרא מפ ארגאניזאציע און
  • דער פריערדיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דזשארזש וואלקער בוש איז דארט געווען גובערנאטאר, ער האט צוויי מאל געוואונען די וואלן דארט. די באפעלקערונג
  • קא לענדא ר. 20סטן יאנואר - פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד טראמפ און וויצע פרעזידענט מייק פענס, דערוויילט אין די 2016 וואלן איינגעשוואוירן און אריין
  • פרייע וואלן געהאלטן אין פוילן. 1728 - דזשיימס קוק, ענגלישער אויספארשער געש 1779 1858 - טעאדאר רוזעוועלט, 26סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן געש
  • דאס פאראייניגטע קעניגרייך פארלאזט דעם אייראפעישן פארבאנד. 24סטן יולי - 9טן אויגוסט - טאקיא אלימפיאדע 3טן נאוועמבער - פאראייניגטע שטאטן פרעזידענט וואלן 2020
  • Obama, געבוירן דעם 4טן אויגוסט 1961 איז געווען דער 44סטער פרעזידענט פ ון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. בעפאר איז ער געווען דער דעמאקראטישער סענאטאר