ⓘ חופה,איז א ווי א קליינע געצעלט, א סחורה אויף פיר שטאנגען, וואו אונטער דעם פירן אידן דורך דעם חופה צערעמאניע, ווען זיי האבן חתונה. די חופה טוט סימבאליזירן דאס הו ..

                                     

ⓘ חופה

חופה,איז א ווי א קליינע געצעלט, א סחורה אויף פיר שטאנגען, וואו אונטער דעם פירן אידן דורך דעם חופה צערעמאניע, ווען זיי האבן חתונה. די חופה טוט סימבאליזירן דאס הויז וואו דאס פארפאלק גייט וואוינער.

אזוי אויך ווערט א חופה גענוצט ביי א הכנסת ספר תורה.

                                     

1. מנהגים

ביי חסידים פירט מען זיך אז די חופה צערעמאניע קומט פאר נאר אונטערן הימל; אבער אנדערע זענען נישט מקפיד דערויף, און פראווען יא זייערע חופות אין א געביידע.

שבועות, פירן זיך אסאך צו בויען א חופה העכער דעם באלעמער, צי דעם רבינס פלאץ אין שול, און באצירן דאס מיט בלומען.

עס איז פארהאן א סגולה אז אין צייט פון א מגיפה שטעלט מען א חופה אויף א בית החיים, כדי די מגיפה זאל זיך אפטון.