ⓘ שאצקאנצלער. דער שאַצקאַצלער, איז אַ הויך ראַנגיקער מיניסטער פון דעם קרוין אין דער רעגירונג פונעם פֿאַראייניגטן קעניגרייך, דער הויפט פון דעם קעניגינ׳ס שאצקאמער. ..

                                     

ⓘ שאצקאנצלער

דער שאַצקאַצלער, איז אַ הויך ראַנגיקער מיניסטער פון דעם קרוין אין דער רעגירונג פונעם פֿאַראייניגטן קעניגרייך, דער הויפט פון דעם קעניגינ׳ס שאצקאמער. דער שאצקאנצלער איז אַ הויכער מיטגליד אין דעם בריטישן קאַבינעט.

ער איז פאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אַלע עקאָנאָמישע און פֿינאַנציעלע ענינים; די ראָלע איז גלייך צו פינאַנץ מיניסטער אין אנדערע לענדער. דער קאנצלער איז איצט אלעמאל צווייטער האר פונעם שאצקאמער אלס איינער פון אמווייניגסטנס זעקס לארדס קאמישאנערן פונעם שאצקאמער. אין די 18טן און אנהייב 19טן יארהונדערטער איז אפט פארגעקומען אז דער פרעמיער מיניסטער זאל אויך דינען אלס שאצקאנצלער, אויב ער איז געזעסן אין די קאמאנס; דער לעצטער קאנצלער וועלכער איז געווען גלייכצייטיק פרעמיער מיניסטער און שאצקאנצלער איז געווען סטאנלי באלדווין אין 1923.

                                     

1. שאצקאנצלערן

  • גארדאן בראון
  • רישי סונאק 13טן פעברואר 2020 - היינט
  • דזשארדזש אסבארן 12טן מיי 2010 - 13טן יולי 2016
  • סאדזשיד דזשאוויד 24סטן יולי 2019 - 13טן פעברואר 2020 רעזיגנירט
  • פיליפ האמאנד 13טן יולי 2016 - 24סטן יולי 2019
  • אליסטער דארלינג 28סטן יוני, 2007 - 11טן מיי 2010