ⓘ ריק אסטלי. ריטשאַרד פּאָל ריק אַסטלי איז אַ בריטישער זינגער, לידער שרייבער און מוזיקאַנט. ער איז געבוירן געוואָרן אין גרויסע סענקי, וואָרינגטאָן, לאַנקאַשיר, ענ ..

                                     

ⓘ ריק אסטלי

ריטשאַרד פּאָל "ריק" אַסטלי איז אַ בריטישער זינגער, לידער שרייבער און מוזיקאַנט. ער איז געבוירן געוואָרן אין גרויסע סענקי, וואָרינגטאָן, לאַנקאַשיר, ענגלאַנד און האָט דערוואַקסן אין ניוטאָן-לע-ווילאָז, מערזיסייַד. אויך האָט אַסטלי געוואוינט אין ריטשמאָנד, לאָנדאָן מיט זיין דענישע ווייב לין באַוזעגער און זייער טאָכטער עמילי.

                                     

1. קאַריערע

אין 1985 איז אַסטלי געווען אַ צימבלער אין אַ סאָל טרופּע מיטן נאָמען FBI. פּראָדוצירער פּיט וואָטערמאַן האָט אים דערזען און צוגערעדט אים צו קומען אין לאָנדאָן און אַרבעטן אינעם PWL רעקאָרדירן סטודיאָ.

זיין ערשטן סינגל איז געווען דעם ליד "When You Gonna", אַ קאָלאַבאָראַציע מיט ליסאַ קאַרטער. זיין ערשטער סאָלאָ ליד איז געווען "Never Gonna Give You Up", וואָס איז פּובליצירט געוואַרן אין 1987 און האָט געבליבן פינף וואָכן אינעם שפּיץ פֿון די בריטישע פּאַראַדן. דאָס איז געוואָרן דעם מערסט פֿאַרקויפֿטן סינגל פֿון יענעם יאָר. דעם 12טן מערץ 1988 האָט "Never Gonna Give You Up" אויך געגרייכט דעם שפּיץ פֿונעם אַמעריקאַנישער סינגלן פּאַראַד, און דערנאָך אַ צווייטן אַמעריקאַנישער #1 דעם 18טן יוני פֿאַר "Together Forever", זיין צווייטע אַמעריקאַנישע סינגל פּובליקאַציע. אין 1989 איז ער נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ גרעמי פּריז פֿאַרן בעסטן נייעם קינסטלער פֿונעם יאָר. ער האָט דורכגעלאָזט קעגן טרייסי טשאַפּמאַן.

אַ סך שפּעטער, אַ דאַנק די "ריקראָלירן" דערשייַנונג און די פֿאַרביסנע וואַלן פֿונעם וועבזייטל 4chan איז ער אויך נאָמינירט געוואָרן פֿאַר "בעסטן פּערפֿאָרמער אַ מאָל" פּריז 2008 אין די ליווערפּול מוזיק פּריזן.

                                     

2. די אינטערנעט דערשיינונג "ריקראָלירן"

אין 2007 איז ריק אַסטלי געוואָרן דעם סוביעקט פֿון אַ וויראַלער אינטערנעט מעם, אין וואָס בערך 25 מיליאָן אינטערנעט באַניצערס זענען מיסטיפֿיצירט געוואָרן צו וואַכן ריק אַסטליס קליפּ פֿון "Never Gonna Give You Up" דורך שיקן אים אונטער די נעמען פֿון אַנדערע פּאָפּולערע ווידעאָס. היינט הייסט דעם מנהג "ריקראָלירן" Rickrolling. די דערשייַנונג איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער אַז יוטוב האָט געהויצט אירע באַניצערס דורך טוישן די לינקען צו יעדע ווידעאָ אויף איר הויפּט זייט אין אַ "ריקראָל" דעם 1 אין אַפּריל 2008.