ⓘ טראנספארט ..

בריטיש ערווייס

בריטיש ערוועיס איז געבוירן געווארן אין יאר 1919 און איז געווען די ערשטע לופטליניע וואס האט געהאט א טעגליכע פליפלאן פון אינטערנאציאנאלע פליען, אנגעהויבן צווישן לאנדאן און פאריז. די פירמע האט ערשט געהייסן "עי.טי.ענד.טי." און האט געהאט עטליכע איינצעלע מאטאר פליגער. עטליכע יאר שפעטער האבן זיך געעפענט נאך עטליכע קליינע עירליינס אין בריטען. אבער זיי האבן נישט צו לאנג מאריך ימים געווען, ווייל אין יענע צייטן זענען זייער ווייניג מענטשן געפארן מיט פליגערס און עס האט געקאסט א הון רב. אין יענע יארן האט געדויערט פאר א פילאט צוויי טעג צו פליען פון לאנדאן קיין פאריז ווייל מען איז געווען געצווינגען צו לאנ ...

היטש

א היטש אדער א ליפט / טרעמפ ווי מען רופט עס אין טייל מקומות, באדייט א אומזיסטע רייזע דורך איינער וואס פארט סיי ווי דעם וועג, און ער נעמט מיט נאך אנדערע אומזיסט אז זיי זאלן אויך געניסען. אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג איז דא א ספעציעלע היטש פלאץ, ווי מען שטייט און מווארט אויף א היטש, און אידען רחמנים גומלי חסדים שטעלן זיך אפ און נעמען אויף מענטשן.

טעקסי

אַ טעקסי אדער טאַקסי איז אַן אויטאָ, אַ ווען אדער אַנדערער פֿאָרמיטל וואס מען נוצט פֿאַר פּובליקע טראַנספּאָרט. מענטשן ניצן זיי צו גרייכן זייערע צילן דירעקטלעך, אָן קיין סטאַנציעס אינצווישן. טעקסיס ווערן באנוצט אין כמעט אלע שטעט. מיט מערסט אַנדערע סארטן פּובליקע טראַנספּאָרט ווי בוסן, טראַמען אדער באַנען קען דער פּאַסאַזשיר נישט קלייבן וואו צו אויפֿגיין אדער אויסשטייגן. די דאָזיקע פֿאָרמיטלען אפט ניצן ספּעציפֿישע טראַקטן אדער נאָכפֿאָלגן אַ זייער ספּעציפֿישער מאַרשרוט. צוליב דאָס, געוויינטלעך האַלטן זיי נישט פּונקט וואו זייערע באַניצערס ווילן. צו פֿאָרן מיט אַ טעקסי איז זייער ענלעך צו פֿאָ ...

טראטואר

דער טראָטואַר איז דאָס װעגל בײ דער זײט פון אַ גאַס אָדער װעג פֿאַר פֿיסגייערס װאו מענטשן שפּאַצירן. ממאַכט אַ טראָטואַר פון צעמענט אָדער ציגל. אין אַמעריקע סזענען נישט פאַראַן קײן טראָטואַרן בײ דער זײט פון שאָסײען צוליב די גיכקײט פון די אױטאָס. אין סרוב שטעט, מענטשן טאָרן נישט פירן ראווערס אױף די טראָטואַרן אָבער אַ סך מענטשן טוען אַזױ װײל זײ מײנען אַז סאיז אַ סך מער זיכער צו פירן אַ ביציקל אין מיטן טראָטואַר װי אין מיטן גאַס אָדער װעג.

טראפיק

דאס געדרענג אויפן שאסיי פון מערערע אויטאמאבילן, וועלכע האלטן אפ דאס פארקער. א טראפיק פארקער קען פאסירט פון אן עקסידענט וואס האט זיך געמאכט אויפן שאסיי, אדער צוליב קאנסטרוקציע אויפן שאסיי, וואס רעדוצירט די גיכקייט וואס די אויטאמאבילן קענען פארן, און דורך דעם ווערט א טראפיק. טראפיק ליכט זענען געשאפן געווארן צו רעגולירן דעם טראפיק. ווער עס יעצט דורכפארן אין אן קרייצפונקט. עס זענען פאראן געוויסע טראפיק רעגולאציעס, וואס אויב עמיצער פארלעצט זיי, באקומט ער א הזמנה וואס איז געווענליך א געלט שטראף, אדער גאר פונקטן אויף זיינ ליצענץ.

טראפיק טיקעט

טראפיק טיקעט מיינט געווענליך א באוועגן פארלעצונג פון געזעץ וואס ווערט געטון דורך דער קאר שאָפֿער. אנדערשט ווי פארקינג טיקעטס וואס ווערט אויסגעשריבן קעגן קאר ווערט דאס אויסגעשריבן קעגן דעם דרייווער. אין ניו יארק מען באקומט א טיקעט פאר די פאלגענדע פארברעכן: נישט האבן געהעריגע אינשורענס אדער רעגיסטרעישן אידענטיפיקאציע קארטלן. נישט סינגעלן מיט די בלינקערס ביים טוישן לעיןס. פעסן לעינס אויף גראדע ליינס. פארן בשעתן רעדן אויף א צעלפאן. 90 דאלער קנס, קיין פוינטס. דרייווען מיט אפגעלאפענער אינספעקציע סטיקער פון קאר. פארן אין נישט זיין איינגעבינדען מיט שיצפאסן. פארן מיט צובראכענע לייטס אדער אויסגעלאשע ...

טראקט

א טראַקט איז אן אספֿאלטירטער וועג אויף וואס מאטאר-פארמיטלען קענען פארן. א טראקט פארבינדט צוויי ערטער כדי מזאל קענען פארן פון איינעם צום אנדערן. א טראקט צווישן צוויי שטעט הייסט א שאסיי אדער א שטראז. די רוימער האבן געבויט לאנגע גראדע טראקטן איבער זייער אימפעריע.

לופט פראכט

אויף כמעט יעדער פאסאזשירן עראפלאן פארט מיט א געוויסע צאל פראכט וועלכע ליגן צוזאמען מיט די פעקלעך. פאר א ביישפיל קען מען ניצן די יו-עס פאסט דינסט וועלכע דינגט ארויס אביסל פלאף אויף 15.000 פון די 25.000 פליען וואס הייבן זיך אין די פאראייניגטע שטאטן יעדן טאג. אזוי זענען פאראן נאך הונדערטער פירמעס וועלכע שיקן קלענערע פראכט משאות מיט די קאמערציאלע עירליינס. עס איז געשאצט אז צווישן 5 און 10 פראצענט פון פראכט פארן מיט קאמערציאלע עירליינס. ווען א פעקל ווערט געשיקט מיט אייער פלי גייט עס אויף דער זעלבער סיסטעם ווי אלע פאסאזשיר פעקלעך און ווערט איינגעפאקט אין ספעציעלע שאכטלעך וועלכע דארפן שטימען מיט ...

לופטליניע

א לופֿטליניע אדער פֿלי־געזעלשאַפֿט איז א לופט טראנספארט פירמע וואס פירט פאסאזשירן אדער פראכט מיט לופטמאשינען פון איין שטאט/שטאַט צום צווייטן.

מאגישער טעפעך

א מאַגישער טעפּעך איז א לעגענדאַרישער טעפּעך וואס קען ווערן באנוצט צו טראַנספּאָרטירן זיינע רייַטערס צו זייערע ציל שנעל אדער שוין באַלד. ערשט האבן מאַגישע טעפּעכער דערשייַנט אין דער אַראַבישער אדער פּערסישער פֿאָלקלאָר, און זיי זענען דערמאנט אין די מעשיות פֿון טויזנט און איין נעכט. די הצלחה פֿון דער מעשה-ציקל אין אייראפע האט געבראכט דער טערמין צו דער אייראפעישער פֿאָלקלאָר. לויט דער רוסישער פֿאָלקלאָר האט די מכשפֿה באַבאַ יאַגאַ געגעבט איוואַן דער נאַרישער א פֿליענדיקער טעפּעך. דער טעפּעך ווערט באַשרייַבט אין פילע בילדער פֿונעם רוסישער מאָלער וויקטאָר וואַסנעצאָוו. אַ סך פֿילמען האבן גענוצ ...