ⓘ ווונטשן ..

לחיים

לחיים איז א וווּנטש וואס מען זאגט ווען צוויי פריינד אדער מער טרינקען צוזאמען אלקאהאלישע געטראנקען. ווען מען ווינטשט דעם צווייטן א לחיים, פירט מען זיך די גלעזער אויסשטעקן און זיי צוזאמען קלאפן איינער מיטן אנדערן, נאכער גיט מען א זוף. ביי עטליכע קרייזן ווי ביי די חסידים, פירט מען צו פריער געבן א זוף, און נאר דאן ווינטשן איינער דעם צווייטן א לחיים מיט אויפהייבן דעם גלעזל הייך אדער מיט זיך געבן אלבע הענט נאר מיט די שפיץ פינגערס.

מזל טוב

מזל טוב איז א וווּנטש וואס מען זאגט פאר איינעם וואס האט דערגרייכט א גליק, וו.צ.ב. ווען איינער איז א חתן געווארן אדער האט א קינד געבוירן א.ד.ג. ווען מען ווינטשט דעם צווייטן א מזל טוב, פירט מען זיך די הענט אויסשטעקן און צוזאמען די הענט באהעפטן מיט א שאקל.