ⓘ וואלן ..

חץ

חץ פארטיי איז געוועזן א פרייע פאליטישע פארטיי אין דער ישראלדיקער כנסת ביז יאר 2006, זי איז אויפגעשטעלט געווארן נאך וואס שינוי פארטיי האט זיך צוטיילט אויף צווייען, און דער חבר כנסת טאמי לאפיד האט אפגעזאגט פון זיך מיט-טיילן מער אין דער כנסת. אבער ביי די כנסת וואלן 2006 איז זי נישט אריבער דעם שוועל און נישט אריין אין דער כנסת.

פאליטישע פארטיי

א פּאָליטישע פּאַרטיי איז א פאליטישע געזעלשאַפֿט וואס איז געבויט פון פארטרעטערס אין א פארלאמענט אדער רעפובליק. אין א פארלאמענט שטרעבט זי צו זיין א טייל פון דער קאאליציע. אין א סאך לענדער, ווי למשל דייטשלאנד און אינדיע, זענען פאראן עטלעכע אנערקענטע פאליטישע פארטייען. טייל לענדער האבן אן איין־פארטיי סיסטעם, ווי כינע און קובע. די פאראייניגטע שטאטן איז פראקטיש א צוויי־פארטיי סיסטעם, וואו אויך די קלענערע פארטייען זענען משתתף; די קאנדידאטן האבן א הויכע דרגא פון אויטאנאמיע. די צוויי וויכטיגע פארטייען זענען די דעמאקראטישע פארטיי און די רעפובליקאנער פארטיי. אויך איז דאס פאראייניגטע קעניגרייך א צווי ...