ⓘ תמוז איז דער פערטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן און דער צענטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי. ..

                                     

ⓘ תמוז

תמוז איז דער פערטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן און דער צענטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי.

                                     

1. קביעות - קאלענדאר

פון ווען סאיז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר קביעות החדשים, איז תמוז שטענדיג א פארקערצטער חודש חסר: א חודש פון ניין און צוואניג טעג.

ראש חודש תמוז איז שטענדיג צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון סיון, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון תמוז, וויבאלד סיון איז שטענדיג א פולער חודש מלא: ער האט שטענדיג דרייסיג טעג.

דער ערשטער טאג פון חודש תמוז קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: א ג ה ו זונטיק, דינסטיק, דאנערשטיק, פרייטיק.

                                     

2. דער אינהאלט פון חודש

דער צירוף פון חודש תמוז גייט ארויס פון דער ענדע פון די ווערטער סופי תיבות וכל ז ה איננ שו ה ל י אסתר ה. יג.

דער מזל פון תמוז ווערט אנגערופן סרטן דער ראַק.