ⓘ ניסן. אין א נארמאל יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטיק און דאס יאר איז כסדרן דה הכז פשוטה; אויך אין אן עיבור־יאר ווען רה געפאלט מאנטיק און דאס יאר איז א שנה שלימ ..

                                     

ⓘ ניסן

אין א נארמאל יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטיק און דאס יאר איז כסדרן ד"ה הכ"ז פשוטה; אויך אין אן עיבור־יאר ווען ר"ה געפאלט מאנטיק און דאס יאר איז א שנה שלימה ד"ה בש"ז מעוברת אדער ר"ה געפאלט דינסטיק און דאס יאר איז כסדרן ד"ה גכ"ז מעוברת, געפאלט דער ערשטער טאג ניסן שבת.

                                     

1. דער נאמען פון חודש

נישט אין דער תורה און אויך נישט אין נביאים ווערט דערמאנט די נעמען פון די חדשים, אין ירושלמי שטייט, די נעמען פון די חדשים האט מען מיט געברענגט פון גלות בבל פון דער אראמישער שפראך, דערפאר געפינען מיר אין כתובים יא דערמאנט פון די נעמען. מפרשים ערקלערין, פאר גלות בבל האט מען געריפן די חדשים אנדערע נעמען, דער בני יששכר שרייבט, די נעמען האט מען באקומען אויף בארג סיני, נאר זיי זענען געווען א בחינה פון תורה שבעל פה וואס מען האט נישט געמעגט שרייבן.

דער נאמען פון חודש ניסן געפינען מיר שוין דערמאנט אין פסוק "בחדש בראשון הוא חדש ניסן אסתר ג. ז., דער בני יששכר שרייבט, אז דער נאמען נעמט זיך פון דעם ווארט נס, ווייל דער חודש איז פארבערייט פון אייביג אויף פאר ניסים ווי סשטייט "ליל שמורים הוא לד" שמות יב. מב.

                                     

2. דער אינהאלט פון חודש

דער צירוף פון חודש ניסן גייט ארויס פון דער אנפאנג פון די ווערטער ראשי תיבות י שמחי ה שמים ו תגל ה ארץ תהלים צו. יא.

דער מזל פון ניסן ווערט אנגערופן טלה.

דער בני יששכר שרייבט, חודש ניסן איז דער קעניג פון די חדשים און ברענגט א רמז פון פסוק, "החדש בזה לכם מל"ך ראש חדשים" שמות יב. ב.