ⓘ תשרי. פון ווען סאיז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר קביעות החדשים, איז תשרי שטענדיג א פולער חודש מלא: א חודש פון דרייסיג טעג. ראש חודש תשרי איז שטענדיג איי ..

                                     

ⓘ תשרי

פון ווען סאיז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר קביעות החדשים, איז תשרי שטענדיג א פולער חודש מלא: א חודש פון דרייסיג טעג.

ראש חודש תשרי איז שטענדיג איין טאג: דער ערשטער טאג פון תשרי, וויבאלד אלול איז שטענדיג א פארקערצטער חודש חסר: ער האט שטענדיג נאָר ניין און צוואנציג טעג.

אין פסוק שטייט "תקעו בחדש שופר בכסה ליום חגנו" תהלים פא. ד., די גמרא דרשנט דעם פסוק חג שהחדש מתכסה בו, רש"י און פארשידענע בעלי תוספות ערקלערן אז דאס מיינט ראש השנה איז א יום טוב וואס דער חודש איז אין אים באהאלטן, אויף פארשידענע אנדערע ערקלערונגן:

  • מען זעט נישט די לבנה.
  • דער פסוק שרייבט נישט ארויס אז מען האט מקריב געווען דעם קרבן שעיר פון ראש חודש.
  • מען דערמאנט נישט ראש חודש ביים דאווענען מוסף פון ראש השנה.
  • "מתכסה" מיינט א פארבערייטע צייט, דער יו"ט ראש השנה איז פארבערייט צו זיין ראש חודש.
  • מען האט נישט מקריב געווען דעם קרבן שעיר פון ראש חודש.

דער ערשטער טאג פון חודש תשרי קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: ב ג ה ז מאנטיק, דינסטיק, דאנערשטיק, שבת. סאיז באקאנט דער לשון "לא אד"ו ראש"

                                     

1. דער נאמען פון חודש

אין פסוק ווערט דער חודש תשרי אנגערופן ירח האיתנים שטארק, ווי סשטייט: "ויקהלו אל המלך שלמה כל איש ישראל בירח האיתנים בחג" מלכים א ח. א., די חז"ל ערקלערן דאס מיינט דער מאנאט וואס אין איר איז געבוירן די שטארקע פון די וועלט: די אבות - אברהם, יצחק, און יעקב.

                                     

2. דער אינהאלט פון חודש

דער צירוף פון חודש תשרי גייט ארויס פון דעם ענדע פון די ווערטער סופי תיבות וירא ו את ה שר י פרע ה בראשית יב. טו.

דער מזל פון תשרי ווערט אנגערופן תאומים.

                                     

3. ימים טובים אין דעם חודש

  • ט תשרי איז ערב יום כיפור.
  • ט"ז תשרי איז אין ארץ ישראל דער ערשטער טאג חול המועד סוכות, און אין חוץ לארץ דער צווייטער טאג יום טוב סוכות.
  • י"ז תשרי, י"ח תשרי, י"ט תשרי, כ תשרי, זענען חול המועד סוכות.
  • כ"ב תשרי איז שמיני עצרת.
  • י תשרי איז יום כיפור.
  • א תשרי און ב תשרי איז ראש השנה.
  • כ"א תשרי איז הושענא רבה.
  • ט"ו תשרי איז דער ערשטער טאג יום טוב סוכות.
  • כ"ג תשרי איז אין חוץ לארץ שמחת תורה.