ⓘ כסלו. אויך נאכדעם וואס סאיז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר קביעות החדשים, קען כסלו זיין אמאל א פולער חודש מלא: א חודש פון דרייסיג טעג, און אמאל א פארקערצט ..

                                     

ⓘ כסלו

אויך נאכדעם וואס סאיז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר קביעות החדשים, קען כסלו זיין אמאל א פולער חודש מלא: א חודש פון דרייסיג טעג, און אמאל א פארקערצטער חודש חסר, א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.

ראש חודש כסלו איז אמאל צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון חשוון, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון כסלו, און אמאל נאָר איין טאג: דער ערשטער טאג פון כסלו. סווענדט זיך וויפיל טעג סאיז דער פריערדיגער חודש: חשוון.

דער ערשטער טאג פון חודש כסלו קען אויספאלן זעקס טעג פון דער וואך: א ב ג ד ה ו זונטיק, מאנטיק, דינסטיק, מיטוואך, דאנערשטיק, פרייטיק.

                                     

1. דער אינהאלט פון חודש

דער צירוף פון חודש כסלו גייט ארויס פון דעם אנפאנג פון די ווערטער ראשי תיבות ו ירא י ושב ה ארץ ה כנעני בראשית נ. יא.

דער מזל פון כסלו ווערט אנגערופן קשת.