ⓘ טבת איז דער צענטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן. חודש טבת ווערט דערמאנט אין פסוק אלס צענטער חודש, בחדש העשירי הוא חדש טבת. ..

                                     

ⓘ טבת

טבת איז דער צענטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן. חודש טבת ווערט דערמאנט אין פסוק אלס צענטער חודש, "בחדש העשירי הוא חדש טבת".

                                     

1. קביעות - קאלענדאר

פון ווען סאיז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר קביעות החדשים, איז טבת שטענדיג א פארקערצטער חודש חסר: א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.

ראש חודש טבת איז אמאל צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון כסלו, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון טבת, און אמאל נאָר איין טאג: דער ערשטער טאג פון טבת. סווענדט זיך וויפיל טעג סאיז דער פריערדיגער חודש: כסלו.

דער ערשטער טאג פון חודש טבת קען אויספאלן פינף טעג פון דער וואך: א ב ג ד ו זונטיק, מאנטיק, דינסטיק, מיטוואך, פרייטיק.

                                     

1.1. קביעות - קאלענדאר קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט מאנטאג

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה ד"ה הח"א מעוברת געפאלט דער ערשטער טאג טבת דינסטאג.

                                     

1.2. קביעות - קאלענדאר קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט דינסטאג

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה כסידרן ד"ה הכ"ז פשוטה געפאלט דער ערשטער טאג טבת דינסטאג.

                                     

1.3. קביעות - קאלענדאר קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט מיטוואך

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג און דאס יאר איז א שנה שלימה ד"ה אדער הש"א פשוטה אדער הש"ג מעוברת, ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה חסירה ד"ה אדער זח"א פשוטה אדער זח"ג מעוברת, געפאלט דער ערשטער טאג טבת מיטוואך.

                                     

1.4. קביעות - קאלענדאר קאלענדאר פאר טבת ווען דער ערשטער טאג געפאלט פרייטאג

אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט מאנטאג און דאס יאר איז א שנה חסירה ד"ה אדער בח"ג פשוטה אדער בח"ה מעוברת, ווי אויך אין א יאר ווען ראש השנה געפאלט שבת און דאס יאר איז א שנה שלימה ד"ה אדער זש"ג פשוטה אדער זש"ה מעוברת געפאלט דער ערשטער טאג טבת פרייטאג.

                                     

2. דער אינהאלט פון חודש

דער צירוף פון חודש טבת גייט ארויס פון דעם ענדע פון די ווערטער סופי תיבות גדלו ל ה את י ונרוממ ה שמ ו יחדו תהלים לד. ז.

דער מזל פון טבת ווערט אנגערופן גדי.