ⓘ סיון. פון ווען סאיז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר קביעות החדשים, איז סיון שטענדיג א פולער חודש מלא: א חודש פון דרייסיג טעג. ראש חודש סיון איז שטענדיג איי ..

                                     

ⓘ סיון

פון ווען סאיז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר קביעות החדשים, איז סיון שטענדיג א פולער חודש מלא: א חודש פון דרייסיג טעג.

ראש חודש סיון איז שטענדיג איין טאג: דער ערשטער טאג פון סיון, וויבאלד אייר איז שטענדיג א פארקערצטער חודש חסר: ער האט שטענדיג נאָר ניין און צוואנציג טעג.

דער ערשטער טאג פון חודש סיון קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: א ג ד ו זונטיק, דינסטיק, מיטוואך, פרייטיק.

ו סיון איז געגעבן געווארן די תורה, אויפן בארג סיני לויט די חכמים, אדער ז סיון לויט ר יוסי.

                                     

1. דער אינהאלט פון חודש

דער צירוף פון חודש סיון גייט ארויס פון דער אנפאנג פון די ווערטער ראשי תיבות י דותיו ו לצלע ה משכן ה שנית שמות כו. יט. כ.

דער מזל פון סיון ווערט אנגערופן תאומים.