ⓘ ארמעניע. אַרמעניע איז אַ לאַנד אין דעם קאווקאז ראיאן פון מערבֿ־אַזיע און אייראפע. איר הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאָט איז יערעוואן. 3.2 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען אי ..

                                     

ⓘ ארמעניע

אַרמעניע איז אַ לאַנד אין דעם קאווקאז ראיאן פון מערבֿ־אַזיע און אייראפע. איר הױפּטשטאָט און גרעסטע שטאָט איז יערעוואן. 3.2 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען אין אַרמעניע. איר פרעזידענט איז ראָבערט קאָטשאַריאַן. אַרמעניע איז אַ רעפּובליק. 750 יידן ווױנען אין אַרמעניע. די גרעסטע פאליטישע פארטיי איז די רעפובליקאנער פארטיי פון ארמעניע.

ארמעניע גרענעצט טערקיי, גרוזיע, אזערביידזשאן און איראן; די גרענעצן מיט טערקיי און אזערביידזשאן זענען פארמאכט. ארמעניע איז אן אוראלט לאנד וואס האט אמאל אויך באדעקט שטחים פון היינטיגע טערקיי, סיריע, לבנון, איראק, איראן און אזערביידזשאן. פון 1920 ביז 1991 איז ארמעניע געווען א מיטגליד אינעם סאוועטן פארבאנד.

98% פון די איינוואוינער אין ארמעניע זענען עטנישע ארמענישע.

                                     

1. געאגראפיע

ארמעניע איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין דעם דרום קאווקאז, אין דער ראיאן צווישן די שווארצע און קאספישע ימען. צו צפון און מזרח זענען גרוזיע און אזערביידזשאן, צו דרום און מערב זענען איראן און טערקיי.

די רעפובליק פון ארמעניע באדעקט א שטח פון 30.000 קוואדראט ק"מ. דער באדן איז בערגיק, מיט גיך פליסנדיקע טייכן און ווייניג וועלדער. די קלימאט איז הייס און זומער פון 22 °C ביז 36 °C און קאלט אין ווינטער צווישן ‎-5 °C און 10 °C.

דער העכסטער פונקט איז בארג אַראַגאַץ, 4090 מעטער איבערן ים-שפיגל; דער נידעריגסטער פונקט איז 390 מעטער איבערן ים-שפיגל.