ⓘ נביאים ..

אלישע

ווען זיין רבי אליהו הנביא האט געדארפט אוועקגיין פון דער וועלט, איז אלישע מיט געגאנגען מיט אים ביז צום נהר הירדן, און האט געבעטן פון זיין רבין צו ירשענען די נבואה און כוח פון זיין רבין אליהו, האט אליהו צו אים געזאגט, אז אויב אלישע וועט באשטיין צו זען ווי אליהו גייט ארויף מיט א שטורעם אין הימל, וועט ער פארמאגן די כוח פון אליהו. און אזוי איז עס טאקע אזוי געווען, באלד נאך ווען אליהו איז ארויף צום הימל, האט אלישע באקומען אליהוס כח, און האט געשפאלטן דעם נהר הירדן גערן גענוי ווי אליהו. זעט מלכים א פרק ב

יהושע

דער ארטיקל דיסקוטירט יהושע בן נון. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט יהושע באדייטן. יהושע בן נון איז געווען דער פירער פון כלל ישראל און דער ממלא מקום פון משה רבינו נאך זיין פטירה. ער האט אריינגעפירט די יידן קיין כנען, באַזיגט די דארטיגע פעלקער, און צוטיילט ארץ ישראל פאר די צוועלף שבטים. יהושע בן נון איז ווארשיינליך געבוירן געווארן אין מצרים, און איז אלט געווען 42 יאר בשעת יציאת מצרים. ער איז געווען דער משרת פון משה און זיין געטרייסטער תלמיד, און כאטש וואס ער האט נישט באלאנגט צו די משפחה פון משה רבינו, האט אים גאט באשטימט אלס דער איינציגער פאסיגער איבערצונעמען די פירערשאפט פון כלל ישרא ...

יחזקאל

יחזקאל איז געווען א זון פון "בוזי הכהן", און עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז ירמיה הנביא. ער געגאנגען אין גלות קיין בבל צוזאמען מיטן גלות יהויכין נאך פארן חורבן בית המקדש, און דארט האט ער געזאגט די מערהייט פון זיינע נבואות. לויט די טראדיציע געפינט זיך די קבר פון יחזקאל הנביא אין א דערפל אין היינטיגן איראק.

ירמיהו

דער ארטיקל דיסקוטירט דעם נביא ירמיהו. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט ירמיהו באדייטן. ירמיהו בן חלקיהו איז געוועזן א כהן און א נביא פון מלכות יהודה און א ביסל פון מלכות ישראל אין פארלויף פון 40 יאר פון יאר גקל"ג ביז גקע"ד ווען מען האט געהרגעט גדליהו נאךן פארטרייבן די אידן צו בבל. ירמיהו איז געווען נביא אין א צייט פון 5 מלכי יהודה: יאשיהו, יהואחז, יהויקים, יהויכין און צדקיהו. ירמיהו איז געבוירן אין ענתות נעבן צפון ירושלים. ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט. אין פערטן יאר פון דער קעניג יהויקים, איז ברוך בן נריה געווארן זיין שריפטשטעלער. ווען די בבליים האבן באלאגערט ירושלים איז ירמיהו גע ...

נתן הנביא

ער האט נבואה געזאגט צו דוד אז זיין זון שלמה וועט איבערנעמען די מלוכה נאך אים. ווען דוד המלך איז שוין געווען אויף דער עלטער און זייער קראנק, האט אדוניהו דער בן-בכור פון דוד געוואלט פארכאפן די מלוכה פון זיין טאטן דוד, און ער האט זיך ערקלערט אלס קעניג. אבער נתן הנביא מיט בת שבע די מאמע פון שלמה זענען געלאפן געשווינד צו דוד צו בעטן באקרוינען שלמה, און דוד האט טאקע אזוי געטון, ער האט באפוילן צו קרוינען שלמה אין גיחוןס קוואל.