ⓘ דניאל סיון. דניאל סבוני שפעטער סיון איז געבוירן געווארן אין קאסאבלאנקא, מאראקא. ער האט אימיגרירט קיין ארץ ישראל מיט זיינע עלטערן מאכלוף און אלען און זיינע צוויי ..

                                     

ⓘ דניאל סיון

דניאל סבוני שפעטער סיון איז געבוירן געווארן אין קאסאבלאנקא, מאראקא. ער האט אימיגרירט קיין ארץ ישראל מיט זיינע עלטערן מאכלוף און אלען און זיינע צוויי ברידער שמואל און מיכל. ווען זיי זענען אנגעקומען מיט דער שיף פון מארסיי זענען זיי גענומען געווארן צו שיכון כנען, א געגנט אין צפת. סבוניס יונגסטע ברודער, גבי סבוני, איז דארט געבוירן געווארן.

אין אוגוסט 1967, האט סיון זיך אנגעשלאסן אין די צה"ל און געווארן א קאודינג אנווייזער אין די סיגנאלן קארפ ביי צפרין.

ווען ער האט פארענדיגט צו דינען אין די מיליטער, האט ער זיך געצויגן צו רמת גן און שטודירט אין די תל אביב אוניווערסיטעט. ער האט גראדואירט מיט א בעטשלער אוו ארטס דעגרי אין בייבל שטודיעס און העברעאישע שפראך אין 1970. ער האט ווייטער שטודירט און באקומען זייך מעסטער אוו ארטס דעגרי אין העברעאישע און סעמיטישע שפראכן. זיין טעסיס איז געווען קאנצענטרירט אויף "צפון מעריב סעמיטישע אקעדיען שריפטן פון אוגרית" און איז געווען אונטער די אויפזיכט פון פראפעסאר ענסאן פראנק רעיני. סיוןס טעסיס פאר זיין PHD דעגרי, "גראמאטיק פון די צפון מעריב סעמיטישע וואקאבלען אין אקעדיען שריפטן פון די לאנד פון ישראל און סיריע אין די מיטעלע בראנז יארן" איז געשריבן געווארן אונטער די אויפזיכט פון פראפעסאר גדעון גאלדענבערג און פראפעסאר ענסאן פראנק רעיני.

פון 2009 ביז 2011, האט סיון ארויסגעגעבן א וועכנטליכע דשאז פראגראם אויף ראדיא דרום. ער איז געווען א מיטגליד פון די באנדע "כח משיכה" גראוויטעט אין וועלכע ער האט געשפילט די גוטאר און געזינגען בלוז און דשאז ניגונים מיט זיין ברודער גבי סבוני. נאך אסאך יארן, האט סיון אויפגעגעבן די באנדע, וועלכע האט זיך געטוישט איר נאמען צו דשוקבאקס.

סיון איז פארהייראט צום צווייטן מאל. ער האט דריי קינדער מיט זיין ערשטע פרוי.

                                     

1. אקאדעמישע קאריערע

אין אקטאבער 1979 איז ער געווארן אויפגענומען אלס לערער אין די העברעאישע שפראך אפטיילונג אין די בן-גריון אוניווערסיטעט פון די נגב, און אין 1997 איז ער געווארן א פולער פראפעסאר. אין 1986 און 1990, איז סיון געווען א באזוכנדע פראפעסאר ביי הארווארד אוניווערסיטעט און בראנדייס אוניווערסיטעט.

אין א צוזאמענארבעט מיט פראפעסאר מאיא פרוכטמן, האט סיון פארראכטן דעם דורכדרינגליכע "אריאל" ווערטערבוך און צוזאמען מיט דר. חיים דהי האט ער געשריבן דעם אריאל ארמיש-העברעאישע ווערטערבוך. ביידע פון די ווערטערביכער זענען פובליצירט געווארן דורך קורים פובלישינג הויז.

                                     

2. פעלד פון פארשונגען

  • די אלטע העברעאישע שפראך ביבלישע העברעאיש און פראטא-ביבלישע העברעאיש
  • צפון מעריב סעמיטישע צונגען
  • אידישע גראמאטיקער פון די מיטעלע יארן

סיון האט שטודירט די ארבעט פון גראמאטיקער רבי יהודה חיוג. ער האט געשריבן ארטיקלען אין עטליכע פון די לינגוויסטישע אידייעס אין די ארבעט, און אין 2012, צוזאמען מיט דר. אלי וטד, האט ער פובליצירט א צוגעשריבענע, קריטישע אויפלאגע גערופן "די דריי גראמאטישע עסייען פון רבי יהודה חיוג אין זייער אראבישע אפשטאם און זייער איבערזעצונג צו מאדערנע העברעאיש", פובליצירט דורך די בן-גריון אוניווערסיטעט פון די נגב פובלישינג הויז.

                                     

3. פובליצירטע ווערק

ענגליש

  • 1997 די גראמאטיק פון די אוגריתישע שפראך, ליידען, ניו יארק, קאלן

פארראכטענע בוכער

  • 2003 פאבלא-יצחק הלוי,קירצחק, דניאל סיון, די קול פון יעקב: א קלייבונג פון עסייען פאר פראפעסאר יעקב בן-תלילא, באר שבע
  • צפורה תלשיר, שמיר יונה, דניאל סיון, א מתנה פאר שמואל: שטודיעס פון די ביבלישע וועלט, ירושלים
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →