ⓘ געאגראפיע ..

געאגראפיע

געאָגראַפֿיע איז די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיט דעם אויסשטעל און כאראקטאר פון דעם ערד פלאנעט, סיי פון דעם ים און סיי פון דער יבשה. צום ביישפיל, די וויסנשאפט פון א געוויסער מדינה, וואו זי ליגט ווער זענען אירע שכנים, די קלימאטן, די איינוואוינער, אדער די גרויסקייט פון א באשטימטן אקעאן, וואספארא סארט באשעפענישן שווימען אין אים, אא"וו. מאדערנע געאגראפיע איז א שטודיע וואס שטרעבט צו פֿארשטיין די וועלט מיט אלע אירע מענטשלעכע און נאטירלעכע פארוויקלונגען -- נישט נאר וואו זאכן זענען אבער ווי אזוי זיי זענען געענדערט געווארן. אלס א "בריק צווישן די מענטשלעכע און פֿיזישע וויסנשאפטן", ווערט געאגראפיע צ ...

אאזיס

אָאַזיס איז א שטח אין מיטן א מידבר וואס האט אין זיך א מקור פון וואסער, זיין לאנדשאפט איז זייער אנגעזען אין דער מידברדיקער סביבה. דער אאזיס נוצט ווי א נאטירלעך־הויז צו אדעווען בעלי חיים, און עס איז א צענטער וואס ציט צו זיך מענטשן.

געאגראפיע פון אונגארן

אונגארןס מאָדערנע גרעניצן זענען ערשט געגרינדעט געווארן נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה ווען, דורך די טערמינען פון די אפמאך פון טריאנאן אין 1920, האט עס פאַרלוירן מער ווי 71% פון וואָס איז אַמאָל געווען די מלכות פון אונגארן, 58.5% פון זייַן באַפעלקערונג, און 32% פון די אונגארישע. די מדינה האט פארזיכערט עטלעכע גרענעץ רעוויזיעס פון 1938 צו 1941: אין 1938 די ערשטער וויען אַוואָרד האט צוריק געגעבן טעריטאָריע פון טשעכעסלאוואקיי, אין 1939 אונגארן פאַרנומען קאַרפּאַטאָ-אוקריינא. אין 1940 די צווייטע וויען אַוואָרד האט געגעבן צוריק צפון טראַנסילוואַניאַ און צום סוף האט אונגארן פאַרנומען די "Bácska" און ...

איינגעשלאסן לאנד

א לאנד וואס איז לאנד איינגעשלאסן איז אינגאנצן ארומגענומען מיט יבשה און האט נישט קיין אויסגאנג צום ים. אין דער היינטיגער וועלט זענען דא 44 אזעלכע לאנד איינגעשלאסענע לענדער. אן א צוגאנג צום וואסער-בארטן איז זייער שווער צו האנדלען מיט פרעמדע לענדער דורך וואסער טראנספארט, וואס ביזן היינטיגן טאג איז עס א וויכטיגער חלק פון דעם וועלטליכן מסחר - טראץ וואס די טעכנאלאגישע פארשריט פון אוויאציע האבן עטוואס אוועקגענומען פון זיין קריטישקייט.

אינזל

אן אינזל, אדער אינדזל, איז א קליין ערדישער שטח אין ים. דער גרעסטער אינזל אויף דער וועלט איז גרינלאנד מיט 2.166.086 ק"מ ווען 81.1% פון אים איז אייז. אזעלכע אינזלען זענען אומאפהענגיקע שטעט ווי קיובא, איסלאנד, מאדאגאסקאר און נאך. אזעלכע אינזלען האבן אין זיך עטלעכע שטעט ווי בארנעא און היספאניאלא. א גרופע אינזלען וואס האבן א שייכות צוזאמען שאפן אן ארכיפעלאג.

אינזל לאנד

אן אינזל־לאַנד איז א לאנד וואס איז אן אינזל אדער א טייל פון אן אינזל אדער עטלעכע אינזלען. טייל אינזל־לענדער האבן נישט קיין לאנד גרענעץ מיט אן אנדער לאנד. די היינטיגע אינזל לענדער זענען כולל: קובא ציפערן דזשאמייקע דאס פאראייניגטע קעניגרייך יאפאן איסלאנד טאנגא ניו זילאנד אויסטראליע מאדאגאסקאר מאלטא

                                     

אקסיסאל

אקסיסאל איז א מין באדן פון דער באדן סיסטעם פון דער ארגיקולטור דעפארטאמענט פון די פאראייניגטע שטאטן. צום מערסטן, אקסיסאל ווערט געפונען אין רעגנוואלדן, וואס זענען במשך 15-20 גראד אויף צפון און דרום זייט פונעם עקוואטאר. די עיקרדיגע טיילן פונעם שאפונג פון אקסיסאלן זענען דער וועטער, ארגאנישע מאטעריעס און פארמישונג ביי בעלי חיים. אקסיסאלן זענען אייביג פון א רויטן אדער געלן קאליר, ווארום זיי האבן א גרויסע קאנסענטראציע פון אייזן און אלומיניום. זיי אנטהאלטן אויך קווארץ, קאאלין און ליים.