ⓘ פסח ..

געבראקטס

געבראקטס איז טייטש מצה געווייקט אין וואסער, אדער סיי וועלכע געקעכטס וואס קומט אריין דערין מצה-מעל, ווי קניידלעך. אַ סך חסידישע אידן האבן פסח מחמיר געווען מיט חומרות וועלכע טראצדעם וואס האבן קיין גרונד אין הלכה איז מען זיך אבער מחמיר דערין, ווייל אפשר האט זיך געמאכט אז איין ווייצל איז נישט געווארן צעמאלן אינגאנצן און יעצט אז מוועט עס בראקן אין וואסער, איז דאך מעגליך אז דאס ווייצל זאל יערן און עס וועט נאך ווערן חמץ. אויף דעם חשש פירן זיך טאקע אַ סך חסידישע אידן נישט צו עסן קיין געבראקטס. פון דער צווייטער זייט, אויך ערליכע אידן פון אלע דורות האבן זיך נוהג געווען צו עסן געבראקס אום פסח. דער פר ...

חול המועד

די ימים טובים פסח און סוכות זענען צעטיילט פון די ערשטע טעג יום טוב און די לעצטע טעג יום טוב. די 4 אדער 5 טעג צווישן די ערשטע טעג און די לעצטע טעג יום טוב, איז חול המועד, וואס אין די טעג איז פארבאטן צו טאן פארשידענע מלאכות אלס קדושת חול המועד, אבער עס האט נישט דעם דין פון יום טוב.

מצה

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – מצה בעקעריי אמאל פלעג מען באקן מצות נאר ביי האנט אבער בערך אין יאר ת"ר האט מען אנגעהויבן צו באקן מצות מיט מאשינען. די ערשטע מאשינען האבן נישט געטויגט, און די "מצות" האבן געהאט א גרויסן חשש חמץ. שפעטער האט מען פארבעסערט די מאשינען, און היינט ווערן געבאקן רוב מצות אויף דער וועלט אין מאשין בעקערייען. חסידים זענען דאך מקפיד נישט צו עסן מאשין מצות פסח נאר האנט געבאקענע מצות. סזענען דא האנט מצה בעקעריי אין פארשיידענע ערטער אין ארץ ישראל, אמעריקע און אייראפע. מע קען מאכן אסאך מאכלים פון מצה אדער מצה מעל למשל מצה בריי און קניידלעך. = עס קען זיין מצה וואס איז יא חמץ, אויב מ ...

מצה בעקעריי

א מצה בעקעריי איז א פלאץ וואו מען באקט מצות. דאס פלאץ ווערט נארמאל באניצט נאר אין די סוף ווינטער חדשים אויף צוגרייטן צום יום טוב פסח. דאס פלאץ ווערט א גאנצע יאר אפגעהיטן פון חמץ, וועגען דעם זענען רוב בעקערייען צוגעשלאסען ווען סאיז נישט אין באנוץ. עס איז דא צוויי סארטן בעקערייען: פאר האנט מצות פאר מאשין מצות

מצה בריי

מַצה ברײַ איז א מאכל וואס אשכנזישע יידן עסן, איבערהויפט פסח. דער מאכל איז געמאכט פון שטיקלעך מצה געפרעגלט מיט אייער. מען גרייט צו דעם מאכל מיט ווייקן די מצה א קורצע צייט אין וואסער אדער מילך. מען צעברעכט די מצה אויף שטיקלעך און מישט מיט אייער, דערנאך פרעגלט מען דאס אין א פֿאן מיט פוטער אדער בוימל. אז מען ווייקט די מצה אין וואסער קען מען פרעגלן אין שמאלץ. די פארטיקע מצה בריי זעט אויס ווי א קוכן אדער א גרויסער אמעלעט. טייל מענטשן עסן מצה בריי מיט צוקער און צימרינג; אנדערע שפריצן ארויף זאלץ און פעפער. אין א סאך שטובן עס מען מצה-בריי פסח אויף פרישטיק. די וואס זענען מקפיד נישט צו עסן געבראקטס פ ...

פסח

פסח איז א יידישער יום טוב וואס שטאמט פון דער תורה, דער יום טוב ווערט געפייערט י"ד ניסן במשך זיבן אדער אכט טעג צו דערמאנען און זיך אויפרישען די נסים און נפלאות וואס די יידישע פאלק האט איבערגעלעבט ביי יציאת מצרים. פסח ווערט באצייכנט מיט דריי עיקר מצוות: דער איסור פון חמץ דערציילן דעם סיפור יציאת מצרים דער קרבן פסח מען רופט דעם יום-טוב "פסח" אין אנדעק פון דעם קרבן פסח וואס מען האט מקריב געווען י"ד ניסן ווען כלל ישראל האט עולה רגל געווען אין די מאסן אויף מארגן קיין ירושלים צו בראטן דעם קרבן פסח ווען דער בית המקדש איז נאך געשטאנען. פסח שטאמט פון די לשון "איבערגעהיפט" דאנקענדיג די באשפער אז ער ה ...

פסח שני

פסח שני געפאלט אום י"ד אייר, און איז דער טאג ווען די תורה האט געגעבן א צווייטע געלעגנהייט צו ברענגען א קרבן פסח פאר די וואס האבן נישט געזשאנזעט צו ברענגען דעם קרבן י"ד ניסן, אדער ווייל זיי זענען געווען טמא אדער ווייל זיי זענען געווען ווייט פונעם מקום המקדש. אין דער משנה חלה פרק ד משנה י"א און ראש השנה פרק א משנה ג ווערט דער טאג גערופן פסח קטן. היינט איז דער מנהג אז פסח זאגט מען נישט קיין תחנון, אין רוב ערטער סיי ביי שחרית סיי ביי מנחה, אין טייל ערטער זאגט מען יא תחנון צו שחרית אבער נישט צו מנחה, וואס איז די צייט פון ברענגען דעם קרבן פסח.

קמחא דפסחא

קמחא דפסחא איז דאס מערסט פארשפרייטע צדקה היינט צוטאגס און עס קען ווערן צעטיילט אויף צוויי אופנים היינט צוטאגס האט זיך דער נאמען אריבער געכאפט אויף צושטעלן פאר מענטשן אלע זייערע געברויכן וואס זיי קענען זיך נישט אליינס פינאנצירן אריינצוברענגען דעם יו"ט פסח אין שטוב, און אינאיינוועגס אזוי ווי דאס איז נישט קיין בושה צו נעמען מאכן שוין די עסקנים זיכער אז מען זאל דעמלאטס אריינווארפן אלס וואס זיי זעען פאר נויטיג וואס א דוכשנטיליכע ארימע פאמיליע דארף האבן דאס מינימום צום לעבן דער ארגיענאלער באדייט, וויאזוי עס ווערט געברענגט אין שו"ע און טאקע וויאזוי עס הייסט

שביעי של פסח

שביעי של פסח איז טייטש דער זיבעטער טאג פסח. דעם זיבעטן טאג פון ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים איז געשען א נס און די ים סוף האט זיך געשפאלטן פאר זיי, די מעשה איז צוגעגאנגען ווי פאלגענד די אידן זענען ארויס פון מצרים דעם 15סטן טאג אין ניסן זיי זענען געגאנגען ווייטער און ווייטער פון מצרים, 3 טעג נאכדעם, דאס הייסט אין דעם 18סטן אין ניסן האט פרעה צוריקגעצויגן און געוואלט נאכיאגען די אידן און זיי צוריק ברענגען קיין מצרים, פאר די צוועק האט ער איינגעשפאנט א מיליטער פון 600 רייטער און נאך. זיי האבן אנגעפאנגען נאכיאגען די אידן, די אידן האבן אנגעפאנגען אנטלויפן ביז זיי זענען אנגעקומען צום ים סוף ד ...

שבת הגדול

דער שבת פאר פסח הייסט שבת הגדול. עס איז דא פארשידענע פירושים פארוואס מרופט אים שבת הגדול. דער גדול העיר זאגט א דרשה דעם שבת, רופט מען אים שבת הגדול. די אידן זענען באפוילן געווארן אין דער תורה "שה לבית אבות שה לבית" שמות, י"ד שטייט אין מדרש אמרו בני ישראל: הן נזבח תועבת מצרים לעיניהם ולא יסקלונו"! אמר להם הקב"ה: עתה תראו הנס הגדול שאעשה. און די מצריים האבן טאקע נישט געטשעפעט די אידן. זכר לנס רופט מען אים שבת הגדול. עס איז געווען אמאל א מנהג צו באקן גרויסע חלות פון אלע מעהל וואס איז געבליבן פון א גאנץ יאר. די "גרויסע" חלות האט מען צוטיילט פאר ארימע לייט. ווייל מען זאגט אין דער הפטורה פון דעם ...

                                     

ⓘ פסח

  • פסח איז א יידישער יום טוב וואס שטאמט פון דער תורה, דער יום טוב ווערט געפייערט י ד ניסן במשך זיבן אדער אכט טעג צו דערמאנען און זיך אויפרישען די נסים און
  • פסח שני געפאלט אום י ד אייר, און איז דער טאג ווען די תורה האט געגעבן א צווייטע געלעגנהייט צו ברענגען א קרבן פסח פאר די וואס האבן נישט געזשאנזעט צו ברענגען
  • הרב צבי הערש פסח פ רא נק כ א טבת ה תרל ג - כ א כסלו ה תשכ א איז געווען א דיין און א פוסק, און דער אשכנזישער הויפט רב פון ירושלים אין די יארן תרצ ו - תשכ א
  • קרבן פסח איז א מצווה אויף יעדן איד צו שחטן און עסן מיט זיין משפחה. דעם קרבן טוט מען שעכטן ערב פסח און מען עסט דאס פלייש ביינאכט מיט מצה און מרור. דער קרבן
  • שביעי של פסח איז טייטש דער זיבעטער טאג פסח דעם זיבעטן טאג פון ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים איז געשען א נס און די ים סוף האט זיך געשפאלטן פאר זיי
  • די הגדה של פסח שטאמט פון אן אוראלטן מדרש וואס ווערט שוין דערמאנט אין דער משנה. הגדה של פסח איז דער טראדיציאנאלע נוסח באנד, וואס מען זאגט ביים סדר נאכט
  • מען נישט עסן אדער זיך פארגעניגן אדער האבן אונטער די אייגענטומערשאפט אום פסח פסח טאר מען נישט עסן קיין שום זאך וואס איז דערין אריינגעמישט אפילו א באשטאנדטייל
  • די ערשטע נאכט פ ון פסח אין ארץ ישראל די ערשטע צוויי נעכט פ ון פסח אין חוץ לארץ, ווו מ האלט צוויי טעג יום טוב פראוועט מען אין יעדן יידישן שטוב א
  • פסח שני ה תרפ ו - הרב שלמה פאפנהיים, וויצע פארזיצער פון דער עדה החרדית נפ ה תשע ז ה תער ב - הרב אליהו חיים מייזל, אב ד פון לאדזש
                                     

צען מכות

דם אלע וואסערן זענען געווארן בלוט, אבער פאר די אידן איז געווען וואסער, די אידן זענען געווארן זייער רייך, ווייל אויב א גוי האט באצאלט געלט האט ער געקענט באקומען וואסער.