ⓘ ליל הסדר. די ערשטע נאכט פֿון פסח, די ערשטע צוויי נעכט פֿון פסח, פראוועט מען אין יעדן יידישן שטוב א סדר. ביים סדר ליינט מען די הגדה און מען איז מקיים די אלע מצוו ..

                                     

ⓘ ליל הסדר

די ערשטע נאכט פֿון פסח, די ערשטע צוויי נעכט פֿון פסח, פראוועט מען אין יעדן יידישן שטוב א סדר. ביים סדר ליינט מען די הגדה און מען איז מקיים די אלע מצוות און מנהגים וואס געהערן דערצו. ווי אויך איז א טייל פֿונם סדר א יום-טובדיקע סעודה.

וויבאלד פסח איז א יום טוב בעיקר אלס אנדעקעניש צו יציאת מצרים, זענען אסאך מנהגים אלס אנדעקעניש צו פֿרייהייט.

כאטש געוויינטליך דאווענט מען אין שול, אבער דעם סדר פֿירט אן יעדער איינער בײַ זיך אין שטוב צוזאמען מיט זײַן משפחה. סאיז אן אלטער מנהג אײַנצולײַדן געסט אויפֿן סדר,איבערהויפט ווען מען קען האבן אן ארעמאן אדער אן עלענדען מענטש בײַם טיש וואס האט נישט די מעגליכקייט צו פֿירן א געהעריקן סדר פֿאר זיך.

                                     

1. סדר

  • עס ווערט אנגערופען סדר צוליב דעם וואס אלעס איז אויסגעשטעלט אין א סדר פונקטלעך וואס מען זאל טאן. ווי למשל טאן אלע מצוׁת פון דער נאכט, עסן א סעודה, און אזוי ווייטער.
                                     

2. מצוות און מנהגים פון דער נאכט

ביים סדר זענען דא פינף מצוות:

  • זאגן הלל - מדרבנן
  • עסן מרור - מדרבנן
  • עסן מצה - מדאורייתא
  • דערציילן די מעשה פון יציאת מצרים - מדאורייתא
  • טרינקען די פיר כוסות - מדרבנן

ווען סאיז געשטאנען דער בית המקדש האט מען געהאט נאך צוויי מצוות מדאורייתא: עסן דעם קרבן פסח און עסן מרור.

                                     

2.1. מצוות און מנהגים פון דער נאכט קיטל

  • מען פירט זיך אנצוטאן א קיטל פסח צום סדר. דער עיקר טעם איז כדי אויסצוקוקן ווי א מלאך.
  • דאס איז א מנהג.
                                     

2.2. מצוות און מנהגים פון דער נאכט קערה

  • דאס איז א מנהג.
  • מען פירט זיך אויסצושטעלן אלע מאכלים און סימנים פון די סדר אחוץ דער סעודה אויף א קערה.
                                     

2.3. מצוות און מנהגים פון דער נאכט סימנים

  • דאס איז א מנהג.
  • מען פירט זיך צו מאכן סימנים אויף דער קערה, מען לייגט ארויף א שטיקל מרור, חזרת, כרפס, חרוסת, אן איי, און געבראטענע זרוע.
                                     

2.4. מצוות און מנהגים פון דער נאכט קידוש

  • דאס איז א מצוה.
  • אזוי ווי אלע ימים טובים דארף מען פסח אויפדערנאכט אויך מאכן קידוש אויף א כוס וויין. דער כוס פון קידוש ווערט גערעכנט פאר איינער פון די פיר כוסות.


                                     

2.5. מצוות און מנהגים פון דער נאכט פיר כוסות

  • דאס איז א מצוה.
  • מען טרינקט פיר כוסות וויין אלס א סימן פאר פרייהייט.
                                     

2.6. מצוות און מנהגים פון דער נאכט מה נשתנה

  • מען פירט זיך אז די קינדער פרעגן די מה נשתנה.
  • דאס איז א מצוה.
                                     

2.7. מצוות און מנהגים פון דער נאכט דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים/הגדה

  • מען דארף דערציילן די ניסים וואס איז געשען צו די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים.
  • דאס איז א מצוה. און איינע פון די עיקר מצות פון די נאכט, אויב מען טוט דאס נישט האט מען נישט יוצא געווען די ענין פון די סדר.
                                     

2.8. מצוות און מנהגים פון דער נאכט עסן מצה

  • דאס איז א מצוה.
  • מען דארף עסן כאטש א שטיקעל מצה אזוי גרויס ווי א כזית.
                                     

2.9. מצוות און מנהגים פון דער נאכט עסן מרור

  • מען דארף עסן מרור אלס אנדענקעניש צו די ביטערקייט.
  • דאס איז א מצוה.
                                     

2.10. מצוות און מנהגים פון דער נאכט עסן כורך

  • מען עסט מצה מיט מרור אין א סענדוויטש.
  • דאס איז אן אנדענקעניש צו ווי אזוי מען האט געטאן די מצוה ווען די בית המקדש איז נאך געשטאנען.


                                     

2.11. מצוות און מנהגים פון דער נאכט עסן א סעודה

  • דאס איז א מצוה.
  • מען עסט א געהעריגע יום טוב סעודה. אסאך פירן זיך נישט צו עסן צופיל כדי דער אפיקומן זאל נאך האבן פלאץ.
                                     

2.12. מצוות און מנהגים פון דער נאכט עסן אפיקומן

  • מען עסט דאס לעצטע שטיקל מצה, אלס אן אנדענקעניש צום קרבן פסח און קרבן חגיגה.
  • דאס איז א מצוה.
                                     

3. סימני הסדר

  • עס זענען דא 15 סימנים פארן סדר פון דער נאכט, געווענליך זאגן עס די קינדער

קַדֵׁש

קדש - ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן די קיטל און מאכט שנעל קידוש כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.

וּרחַץ

ורחץ - מען וואשט זיך די הענט און מען מאכט נישט די ברכה על נטילת ידים.

כּרפַּס

כרפס - מען נעמט א שטיקל גרינצייג ווייניגער ווי א כזית מען טינקט דאס איין און זאלץ וואסער מען מאכט א ברכה בורא פרי האדמה און מען האט אינזין צו פטרן די מרור.

יַחַץ

יחץ - מען צעטיילט די מיטעלסטע מצה וואס הייסט לוי, די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פאר אפיקומן און די קלענערע העלפט לייגט מען צוריק צווישן די מצות.

מַגיִד

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – הגדה של פסח

מגיד - מען הייבט אויף די דריי מצות און מען זאגט די הגדה פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל.

רָחצָה

רחצה - מען וואשט זיך די הענט און מען מאכט יא די ברכה על נטילת ידים.

מוׁציִא

מוציא - מען הייבט אויף אלע דריי מצות און מען מאכט א ברכה המוציא לחם מן הארץ.

מַצָה

מען לאזט אויס די אינטערשטע מצה און מען מאכט א ברכה על אכילת מצה, און מען עסט עס אנגעלאנטערהייט.

מַרוׁר

מרור - מען עסט א כזית מרור, מיט דער ברכה "על אכילת מרור", אבער מען מאכט נישט קיין ברכה "בורא פרי האדמה".

כּוׁרֵך

כורך - מען נעמט א שטיקעל מרור און מען וויקעלט דאס איין צעווישען צוויי שטיקלעך מצה מען זאגט זכר למקדש כהלל און מען עסט עס אנגעלאנט.

שׁלחָן עֹרֵך

שלחן ערך - מען גרייט אן א סעודה לכבוד יום טוב און מען לאזט זיך וויאל גיין, מען פירט זיך צו עסן אייער.

צָפוׁן

צפון - מען נעמט די באהאלטענע אפיקומן און מען עסט דאס.

נִרצָה

נרצה - ווער עס האט געטאן די אלע זאכן איז באוויליגט פארן אויבירשטען.



                                     

3.1. סימני הסדר קַדֵׁש

קדש - ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן די קיטל און מאכט שנעל קידוש כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.

                                     

3.2. סימני הסדר וּרחַץ

ורחץ - מען וואשט זיך די הענט און מען מאכט נישט די ברכה על נטילת ידים.

                                     

3.3. סימני הסדר יַחַץ

יחץ - מען צעטיילט די מיטעלסטע מצה וואס הייסט לוי, די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פאר אפיקומן און די קלענערע העלפט לייגט מען צוריק צווישן די מצות.

                                     

3.4. סימני הסדר מַגיִד

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – הגדה של פסח

מגיד - מען הייבט אויף די דריי מצות און מען זאגט די הגדה פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל.

                                     

3.5. סימני הסדר רָחצָה

רחצה - מען וואשט זיך די הענט און מען מאכט יא די ברכה על נטילת ידים.

                                     

3.6. סימני הסדר מוׁציִא

מוציא - מען הייבט אויף אלע דריי מצות און מען מאכט א ברכה המוציא לחם מן הארץ.

                                     

3.7. סימני הסדר מַצָה

מען לאזט אויס די אינטערשטע מצה און מען מאכט א ברכה על אכילת מצה, און מען עסט עס אנגעלאנטערהייט.

                                     

3.8. סימני הסדר מַרוׁר

מרור - מען עסט א כזית מרור, מיט דער ברכה "על אכילת מרור", אבער מען מאכט נישט קיין ברכה "בורא פרי האדמה".

                                     

3.9. סימני הסדר כּוׁרֵך

כורך - מען נעמט א שטיקעל מרור און מען וויקעלט דאס איין צעווישען צוויי שטיקלעך מצה מען זאגט זכר למקדש כהלל און מען עסט עס אנגעלאנט.

                                     

3.10. סימני הסדר שׁלחָן עֹרֵך

שלחן ערך - מען גרייט אן א סעודה לכבוד יום טוב און מען לאזט זיך וויאל גיין, מען פירט זיך צו עסן אייער.

                                     

3.11. סימני הסדר צָפוׁן

צפון - מען נעמט די באהאלטענע אפיקומן און מען עסט דאס.



                                     

3.12. סימני הסדר נִרצָה

נרצה - ווער עס האט געטאן די אלע זאכן איז באוויליגט פארן אויבירשטען.

                                     

4. פיוטים

די אשכנזים זינגען עטלעכע פיוטים ביים סוף פונעם סדר:

  • ואמרתם זבח פסח פון די קרובות פון צווייטן טאג פסח
  • ויהי בחצי הלילה פון די קרובות פון שבת הגדול

שיר השירים

ווען מען ענדיגט דעם סדר דארף מען עוסק זיין אין דעם ענין פון יציאת מצרים. אסאך האבן דעם מנהג צו ליינען דעם ספר שיר השירים.