★ אשכנזים - ישובים אין ישראל ..

                                     

★ אשכנזים

אַשכנֵזים אָדער אַשכנַזים זענען יידן וואָס שטאַמען פון צענטראַל־ און מזרח־אייראָפּע. די אשכנזישע קולטורעלע מסורות האָבן זיך פאָרמירט אין מיטל־עלטעריש דייטשלאַנד און אויך אין פראַנקרייך. זינט 19טן יאָר־הונדערט ביז היינט צו טאָג זיינען די אשכנזים די גרעסטע עטנישע גרופּע יידן.

                                     

1. דער נאָמען "אשכנז"

מיט דעם וואָרט "אשכנז"האָט מען אין מיטל־עלטערער ליטעראַטור באַצייכענט אַלע דייטש־ריידנדיקע לענדער, און אַזוי האָבן די יידן, וואָס האָבן אין די דאָזיקע שטחים געוואוינט, באַקומען זייער נאָמען. די דייטשע אשכנזים אשכנז א׳ האָבן דעם נאָמען איבערגעטראָגן אויף מזרח, צוזאַמען מיט זיין קולטור.

לכתחילה איז "אשכנז"געווען אַ נאָמען פון אַ תנ״כישער פּערזענלעכקייט און אַ פאָלק. אין ספר בראשית איז אשכנז איינער פון די זין פון גומר, דעם יפתס זון.

                                     

2. שפּראַכן

ס׳רוב אשכנזים פלעגן ריידן יידיש פאַר דער צווייטער וועלט מלחמה. היינט ריידן זיי בדרך כלל אַנדערע שפּראַכן ענגליש, רוסיש וכדומה אין די לענדער פון גלות און מאָדערנעם העברעאיש אין מדינת ישראל, הגם יידיש איז נאָך די שפּראַך פון פרומע קרייזן און אויך פון עלטערן דור. אין מערב־אייראָפּע האָבן די אשכנזים אויפגעהערט צו נוצן יידיש אַפילו פריער, אונטער דער השפּעה פון דער השכלה.

פאַרן יידיש פלעגן די פּרע־אשכנזים באַנוצן לעזישע שפּראַכן אין מערב־אייראָפּע, בעת די יידן אין סלאַווישע לענדער כנענים, וואָס זיינען שפּעטער אַסימילירט געוואָרן דורך אשכנזים, האָבן גערעדט אַפּנים סלאַווישע שפּראַכן. לויט די טעאָריעס פון הירשע דוד קאַץ האָבן אַ טייל אשכנזים אין מיטל־עלטער גערעדט אַן אַנדער דייטשיש־באַזירטע שפּראַך די אַזוי גערופענע "בני־הית", אַריינגערעכנט יידישע ישובים אין לותיר און יידיש גופא איז אָנהייבס גערעדט געוואָרן אין דרום־מזרחדיק דייטשלאַנד, וואו די יידן האָבן פריער באַנוצט אַראַמיש אַלץ זייער טאָגטעגלעכע שפּראַך.

                                     

3. אורשפּרונג

צוליב דער לאַנגער געשיכטע פון אשכנזישע יידן אין אייראָפּע און ‫מטושטש‬ע עטנישע באַציאונגען צווישן פאַרשיידענע יידישע עדות איז דאָס אַפּריאָרי אינגאַנצן ניט משמעות, אַז זייערע גענעטישע וואָרצלען זאָלן זיין טאַקע אין מיטלן מזרח. די דאָזיקע סיבה איז געוואָרן אַ תירוץ פאַר כלערלייע ספּעקולאַציעס צומאָל מיטן אַנטיסעמיטישן אָדער אַנטיציוניסטישן בכן וועגן דעם ענין, אָבער אויך פאַר ערנסטע היסטאָריאָגראַפישע און גענעטישע אויספאָרשונגען.

פאַרשיידענע טעאָריעס פונעם אָפּשטאַם פון מזרח־אייראָפּעאישע אשכנזים זיינען ענג פאַרבונדן מיטן פאַקט, אַז די אשכנזים פון דייטשישע לענדער, וואָס האָבן מיסד געווען דעם "אשכנז ב׳"די יידישע קהילה אין מזרח־אייראָפּע האָבן דאָרטן באַגעגנט אַ יידישע באַפעלקערונג, אַפּנים אַזוי גערופענע כנענים. מען האָט גאַנץ ווייניק ידיעות וועגן כנענים בכלל און זייער צאָל בפרט, אָבער דווקא דאָזיקע פּרע־אשכנזישע באַפעלקערונג, לויט די עטלעכע השערות, איז פאַראַנטוואָרטלעך פאַר דער היפּשער פאַרגרעסערונג פון אשכנז ב׳, וואָס מען ווייס שוין פון 16טן י״ה אָן, ווייל די דייטשישע קהילה איז געווען אַ קליינע אין צאָל. די דייטשישע אשכנזים אַליין, טראַכט מען, קומען פון צרפת און איטאַליע, ד״ה פון דער ראָמאַנישער ספערע און תחילת פון ארץ ישראל. אָבער דער יחוס פון כנענישע יידן, וואָס זיינען קולטורעל אַסימילירט געוואָרן דורך דייטשישע אשכנזים, איז דאָ די הויפּט פראַגע. די עיקרדיקע עטנישע מקורות, וואָס מען איז זיי משער פאַר דער אורשפּרונג פון פּרע־אשכנזישע יידן אין מזרח־אייראָפּע, זיינען:

  • די אָדער יענע סלאַוון.
  • דייטשישע יידן וואָס זיינען פריער געקומען אין דאָזיקע שטחים.
  • כוזרים.
  • אַנדערע פעלקער.
  • ביזאַנטישע יידן.

די היסטאָרישע מקורות צייגן אַ בפירושדיקע קרובהשאַפט אין קולטור און יחוס צווישן מזרח־כנענים און ביזאַנטישע יידן. פון אַנדערע קוועלן איז אָבער אויך קלאָר, אַז אַ טייל פון מזרח־אייראָפּעאישער יידישער באַפעלקערונג האָט באַשטייט פון גרים. ווי באַקאַנט, די כוזרים, עטניש פון טירקישן אָפּשטאַם, האָבן טיילווייז מגייר געווען אין דער פּרע־אשכנזישער תקופה און האָבן געהאַט אַן אייגענע מלוכה. די צאָל גרים צווישן זיי איז זייער אַ הייס דיסקוטירטע זאַך, אָבער לויט אַ ריי מקורות האָבן עטלעכע כאַזאַרן נאָך דער מפּלה פון כאַזאַריע זיך באַזעצט אין אַנדערע מזרח־אייראָפּעאישע לענדער, און דאָרטן מסתמא אַסימילירט מיט אָרטיקע יידן. די דעמאָגראַפישע פּרטים זיינען אָבער ניט באַשיידלעך.

גענעטישע אויספאָרשונגען אין לעצטע יאָרן האָבן געבראַכט אַ סך ידיעות וועגן דעם ענין, הגם אַפילו גלייכע רעזולטאַטן אינטערפּרעטירט יעדער איינער אַנדערש. בסך הכל האָט מען געקלערט, אַז אשכנזים ווייזן אין זייערע גענאָמען אַ געוויסע צאָל סימנים פון מיטל־מזרחדיקן אָפּשטאַם און ענלעכקייטן צו אַנדערע יידישע קהילות. פון דער גענעטישן פּערספּעקטיוו זעט מען יאָ די שרידים פון דער קליינצאָליקייט פון דער יסוד־פּאָפּולאַציע, וואָס איז דער ווידערקול פון דער חידושדיקן צומערונג פון אשכנזים פון 15טן י״ה אָן, און אַ שטאַרקע ענדאָגאַמיע חתונות צווישן זיך. עס זיינען אָבער דאָ אויך סימנים פון צומישונגען פון די שכנותדיקע אייראָפּעאישע פּאָפּולאַציעס. למשל, אַ העלפט פון היינטיקע אשכנזישע מענער טראָגן Y־כראָמאָסאָמען פון מיטל־מזרחדיקן אָפּשטאַם, בשעת די אַנדערע העלפט שטאַמט טאַקע פון אייראָפּעער.

אַ גרויסע צאָל ירשעוודיקע קראַנקייטן, וואָס האָבן הויכע פרעקווענצן צווישן אשכנזים, צייגן אויך די גענעטישע אחדות פון דער קהילה.‬



                                     
  • ערב ראש השנה מען איז נוהג צו מאכן התרת נדרים. אשכנזים זאגן גאר לאנגע סליחות. אין א שמיטה יאר ווי ה תשס ח מאכט מען א פרוזבול. די טעג ווען כ ט אלול קען
  • ניין טעג, ווען מ עסט נישט קיין פלייש און טרינקט נישט קיין וויין לויט די אשכנזים די טעג ווען א אב קען געפאלן: ג ש ג - עזרא הסופר קומט אן אין ירושלים לויט
  • געווען אויפן ארט פון דער שטאט רקת. הרב משה קליערס איז געווען רב פון די אשכנזים אין טבריה, און הרב מאיר וואקנין איז געווען רב פון די ספרדים. אין 2018 האט
  • מען ניצט ביים לייענען תורה און נביאים הייסן טראפ די פארשידענע קהילות אשכנזים ספרדים, תימנים האבן זייער אייגענעם טראפ. זעט באזונדער ארטיקל חומש ווער
  • אייגנא רטיקייט איז געווען אין דער פא רשיידנא רטיקער נא טור פון אירע איינוואוינער - אשכנזים און ספרדים, צעטיילט אין צוויי גרופ עס, מיטגלידער פון די לערנערס און א רטא זא ניסטן
  • גשמים אין ארץ ישראל - אין דעם טאג הויבט מען אין ארץ ישראל אן צו בעטן רעגן - אשכנזים זאגן ותן טל ומטר לברכה ביי דער ברכה ברך עלינו פון די שמונה עשרה געבעט
  • פאר תחנון. דער עיקר תחינה וואס מען זאגט איז קאפיטל ו פון תהלים לויט די אשכנזים אדער קאפיטל כ ה לויט די ספרדים. די טעג זאגט מען נישט קיין תחנון: שבת יום
  • ירושלים, חברון, צפת, טבריה. רוב פון די איינוווינער זיינען געווען פרומע אשכנזים און ספרדים. רוב פון זיי האבן עוסק געווען אין לימוד התורה און האבן זיך אויסגעהאלטן
  • פייערונגען פון חודש אדר פייערט מען נישט אין דעם חודש, נאר אין אדר שני. ביי אשכנזים איז דער מנהג אז איינער וואס איז נפטר אין אדר פון א פשוטן יאר, האלט מען
  • חופה א גאלדן רינגל און זאגט הרי את מקודשת לי בטבעת זו כדת משה וישראל אשכנזים זענען נוהג צו מאכן די חופה פון א זיווג ראשון תחת כיפת השמים אונטער דער
  • די יידן אין מצרים. אין דער הפטרה פון פרשת שמות זענען דא עטלעכע מנהגים. אשכנזים ליינען די נבואה הבאים ישרש יעקב וואס דערמאנט די נסים פון יציאת מצרים
  • ה תרכ ה - ג אלול ה תרצ ה איז געווען דער ערשטער הויפט רב רב הראשי פון די אשכנזים אין ירושלים אין דער תקופה פון דעם בריטישן מאנדאט אין ארץ ישראל. הרב קוק
                                     
  • א זערבײ דזשא ן, רוסלא נד, און ארמעניע. א ט װױנען בערך 10, 000 יידן, סײ אשכנזים סײ גרוזיא נער, װא ס הא בן אין גרוזיע באזעצט מיט 2, 000 יא ר צוריק. גרוזיע
  • געבוירן ה תשי ג אין חיפה. ער איז געווען דער הויפט רב פון מדינת ישראל מצד די אשכנזים פון תשס ג ביז תשע ג. ער איז אבער גרויס געווארן א דאנק די חרדים אונטער די
  • טלית גדול - א טלית גדול גייט מען יעדן טאג ביים דאווענען שחרית. ביי אסאך אשכנזים גייט מען א טלית גדול נאר נאך דער חתונה, אבער ביי יעקעס, אויבערלענדער און
  • אור החיים איז גלייך ווען עס איז געדורקט געווארן שטארק אנגענומען ביי די אשכנזים ווייל רבי ישראל בעל שם טוב האט געזאגט גרויסע זאכן אויף דעם מחבר. דער אור
  • אין דעם טאג הייבן אן די דריי וואכן פון דעם טאג אן איז דער מנהג ביי אשכנזים אז מען שערט זיך נישט און מאכט נישט קיין חתונות. אין דעם טאג האבן די בבלים
  • אלול און דעמאלסט לייענט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש. דערפאר זענען רוב אשכנזים נוהג צו לייענען די הפטורה פון פרשת ראה וואס איז א המשך פון דער הפטורה
  • דיכטונגען. די ספרדים הייבן אן זאגן סליחות פון אנהייב חודש אלול, אבער ביי די אשכנזים הייבט מען אן מוצאי שבת אדער זונטאג פאר ראש השנה ווען ראש השנה געפאלט דאנערשטאג
  • איינער זאגט און אלע זאגן נאך, ווי קדיש, ברכו און די הויכע שמונה עשרה. ביי אשכנזים איז דער מנהג אז דער ש ץ לאזט אויס הויך יעדן טייל פונעם דאווענען, כדי דער
  • אין מערסטע קהילות זאגט מען אויך נישט ביי מנחה דעם פריערדיגן טאג ביי אשכנזים איז מען זיך נוהג אז מען מעג זיך שערן און חתונה האבן ל ג בעומר. ווען ל ג
  • איז דא וואס זאגן אז באמת רופט מען דעם שבת שבת הגדה אויף דעם וואס די אשכנזים ליינען די הגדה דעם שבת, בטעות איז עס געווארן במשך די דורות פון הגדה צו
                                     
  • פונעם ימין משה געגנט אין ירושלים און א דיין אין דעם בית דין צדק פון די אשכנזים פרושים אין ירושלים. ער איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רב זאב וואלף
  • מפה אויף גאנץ שלחן ערוך. ער איז אנגענומען אלס דער גרעסטער פוסק ביי די אשכנזים ווי עס איז באקאנט דער אויסדרוק פון דעם חתם סופר אויף זיינע פסקים ובני
  • און יום כיפור קומען אהן. פון ראש חודש אלול ביז שמיני עצרת, פירן זיך רוב אשכנזים צו זאגן יעדן טאג ביי שחרית און מעריב ס פארהאן ערטער וואס זאגן ביי מנחה
  • ווערן ברייט באניצן סיי פאר עסן פאר מענטשן סיי ווי עסן פאר בעלי חיים. ביי אשכנזים איז פאראן א חומרא פון די צייטן פון די ראשונים נישט צו עסן קטניות פסח. מען
  • ערשטן מאל אין ה שכ ה מיט הגהות פון רמ א. אין מערסטען פעלער פירן זיך די אשכנזים לויט די פסקים פון דעם רמ א, און די ספרדים לויט דעם מחבר. עס איז דא פיר
  • צום נא רמא לן לעבן נא כן שא ק פ ונעם טױט פון זייערס א משפחה מיטגליד. ביי אשכנזים איז דער מנהג אז מען זאגט צו די אבלים המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון
  • בית המקדש. די תימנים ליינען פסוקים יג - כב, די ספרדים פסוקים יג - כו, און די אשכנזים פסוקים מ - נ. אבער אין 90 פון יארן געפאלט אויס פרשת ויקהל מיט איינער פון
  • ווען מ קען אנהייבן מחדש זײ ן די לבנה ד.ה. זאגן די תפילה קידוש לבנה אשכנזים און מאראקאנער יידן האלטן אז מען מעג שוין זאגן דרײ טעג נאכ ן מולד, לויטן


Users also searched:

אשכנזים, ישובים אין ישראל. אשכנזים,

Encyclopedic dictionary

Translation
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →