ⓘ שלום בית איז דער גלאבאלער פראבלעם פון אינערליכע רייבערייען מכם ובכם, ביי זיך אין שטוב. שלום בית איז א פראבלעם וואס נעמט ארום יעדעס פאר-פאלק איבער דער גארער וועל ..

                                     

ⓘ שלום בית

שלום בית איז דער גלאבאלער פראבלעם פון אינערליכע רייבערייען מכם ובכם, ביי זיך אין שטוב.

שלום בית איז א פראבלעם וואס נעמט ארום יעדעס פאר-פאלק איבער דער גארער וועלט. קיין שום פאר-פאלק איז נישט אויסגעהיט דערפון. די לעזונג דערצו איז אז יעדער זאל פרויבירן צו פארשטיין דעם צווייטן, און אפילו ער פארטשייט נישט זאל ער נישט זיין קיין עקשן, נאר זאל ווי מער נאכגעבן פאר צווייטן, עס איז דא א מאמר החכם אויב ווילסטו אז דיין מאן זאל דיך האלטן פאר א פרינצעסין דאן האלט איהם פאר א קעניג. אויב ווילסטו דיין פרוי זאל דיך האלטן פאר א קעניג, דאן האלט איהר פאר א פרינצעסין.

ווען איז שוין גרויסע צרות איז די איינציגסטע לעזונג, איז צו האלטן דעם פראבלעם אונטער קאנטראל, און נישט לאזן דעם פראבלעם שטייגען און ארויסגיין, אויסער די ראמען וואס מקען עס קאנטראלירן.

                                     

1. געזונטע שלום בית קריגערייען

זאפארט נאכדעם וואס א פאר-פאלק האט חתונה, הייבן זיך אן די שלום בית פראבלעמען. אויפן קליינעם פארנעם, פארשטייט זיך. די פרוי זאגט צום מאן, נעם נישט אראפ די מיסט, איך וועל עס שוין נעמען. דער מאן זאגט אבער: נע, סאיז גוט. איך וועל עס נעמען, קיין פראבלעם. נאך א קורצע וויילע, ווערן די שלום בית פארמאליטעטן מער רעאליזירט, וועלכע שפיגלען אפ דעם אמתדיגן כאראקטער פון די צווייע מענטשן, דער מאן און די ווייב, וואס איז אוממעגליך אויסצובאהאלטן פאר צו א לאנגע וויילע. און דאן הייבן זיך אן אנטוויקלען קליינע מחלוקהלעך אין שטוב, וואס מיר רופן אן שלום בית.

                                     

2. פארוואס דארף אויסברעכן שלום בית פראבלעמען?

  • צוליב דעם נאטור פון פארשידנארטיגע מענטשן, וועלכע קומען פון אנדערע היימען.
  • צוליב דעם נאטור אז א מאן און א פרוי, זענען פון צוויי אנדערע פלאנעטן.
  • צוליב דעם וואס דער בחור קומט פון ישיבה און דאס מיידל נישט.
                                     

3. שלום בית ווערט קריטיש

עס זענען פאראן עטליכע סימנים וועלכע צייגען ווען דער שלום בית גייט אריין אין א קריטישע פאזע.

  • די קולות ווערן וואס העכער.
  • מהייבט אן באשמוצן די שווער/שוויגער, טאטע/מאמע פון דעם אנדערס פאמיליע.
  • די אטאטקעס ווערן פיזיש. זאכן ווערן געווארפן.
  • מהייבט אן גיסן באליידיקונגס ווערטער איינער אויפן אנדערן.
  • משעלט זיך איינער דעם אנדערן.
  • מקען שוין די פראבלעמען נישט הענדלען אליין, און ממישט אריין די עלטערן גאר ביטער.

אט די אויבנדערמאנטע ביישפילן, קענען גאר שנעל פאסירן, אויב דער מאן/פרוי האט נישט דעם שכל אפצושטעלן און קאנטראלירן דעם געפעכעט. און ווען די זאכן פאסירן, איז קלאר אז ממוז זאפארט אונטערנעמען גאר ערנסטע מאסנאמען צו ראטעווען דעם שלום בית, ווייל עס איז נישט ווייט פון אן ערנסטן קריזיס.

                                     

4. ווען דער שלום בית פראבלעם גייט ארויס פון קאנטראל

  • האבן די שטארקייט, און זיך אנטשולדיגן אפענבאר. מעגליך די שווערסטע רפואה.
  • איינער דארף האבן שכל, און אנהייבן דעם פארגלעטונגס פראצעדור.
  • קויפן א מתנה פארן אנדערן.
  • מאכן א סורפרייז פארן אנדערן. צו כאפן דעם אנדערס אויפמערקזאמקייט, אומגעראכטן.
  • דארף דער מאן/פרוי אקטיווירן א שלום-פלאן.
                                     

5. אידישקייט

ר נחמן מברסלב האט געזאגט אז מען דארף זייער האלטן חשוב די פרוי, מען דארף איהר מכבד זיין מיט אלעס מעגליך, ווייל די פרויען ליידען פון אונזער וועגן, צער פון שוואנגערן, צער פון געבורט, צער פון גידול בנים. און נאך. אויך האט ער געזאגט אז עס דאס וואס יונגעלייט נאך די חתונה האבן נישט קיין שלום בית, דאס קומט פונעם יצר הרע, ער וויל זיי זאלן נישט לעבן גוט מיט זייער פרוי, אזוי ארום וועט ער קענען מאכן אז דער מאן זאל זינדיגן.

                                     
  • בית ישראל איז א חרדישער געגנט אין צפון ירושלים, צפון פון דעם מאה שערים געגנט. דער געגנט איז ארומגענומען מיט די גאסן מאה שערים, שבטי ישראל, שמואל הנביא
  • אויף זיין פאטער ס ארט. רבי שלום דובער איז נפטר געווארן ב ניסן ה תר ף, מען האט אים געלייגט אין ראסטאוו, אין דעם אלטן בית החיים, שפעטער ווען די רעגירונג
  • זיין עיקר אויפגאבע איז צו געבן ווארימע דרשות, ערלעדיגן פראבלעמען ווי שלום בית און העלפן די בחורים און אינגעלייט שטייגען אין תורה. אויך איז דא דריי קלענערע
  • הרב שלום מעשא ש אדער מעסא ס 22סטן פעברואר 1909, מעקנעס - 12טן אפריל 2003, ירושלים איז געווען א מאראקאנער און ישראלישער רב, און האט געדינט אלס הויפט רב
  • יוסף שלום אלישיב א ניסן ה תר ע, שאוול - כ ח תמוז ה תשע ב, ירושלים איז געווען א גרויסער פוסק און דער מנהיג פון דער ליטווישער וועלט. הרב יוסף שלום איז
  • בית שמש איז א שטא ט אינעם ירושלים דיסטריקט פון ישראל וואו א סאך ירושלים ער אידן וואוינען דארט. די פרומע האבן זיך אהין געצויגן ארום צוואנציג יאר צוריק
  • הזקן איז געווען דער אב בית דין פון די סנהדרין געלעבט אין די ערשטע יארהונדערט. בית שמאי איז געוועזן א ישיבה פון דער תנא און אב בית דין שמאי הזקן. ער איז
  • העלפ ט פ ון דער צײ ט פ ון בית המקדש שני אין ארץ יש ראל, געװען נשיא פ ון סנהדרין, געפ ירט מיט דער ישיב ה, װא ס הא ט געהײסן בית הלל און זײ נע מא רא לישע
  • הצדקנית מלכה רוקח די ערשטע בעלזער רעבעצין ע ה, אשת חבר פון האדמו ר רבי שלום רוקח דער שר שלום פון בעלזא זצ ל. זי ליגט אינעם בית החיים אין שטעטל בעלזא.