ⓘ סינגאפור. סינגאַפּור, אפיציעל די רעפובליק פון סינגאפור, איז אַ שטאטס שטאַט אינזל־לאַנד אין דרום־מזרח אַזיע וואס געפינט זיך ביים דרום עק פונעם מאליי האלבאינזל, 1 ..

                                     

ⓘ סינגאפור

סינגאַפּור, אפיציעל די רעפובליק פון סינגאפור, איז אַ שטאטס שטאַט אינזל־לאַנד אין דרום־מזרח אַזיע וואס געפינט זיך ביים דרום עק פונעם מאליי האלבאינזל, 137 ק"מ דרום פונעם עקוואטאר. עס גרענעצט מאלייזיע און אינדאנעזיע איבערן ים. עס האט א באפעלקערונג פון פינף מיליאן, וועלכע וואוינען אין געדיכט-באוואוינטע גאסן און אין ריזיגע טורעם געביידעס, פון זיי זענען 76% כינעזיש.

זײַן הױפּטשטאָט איז סינגאַפּור. סינגאפור איז דער פערטע וויכטיגסטער פינאנציעלער צענטער אין דער וועלט. דער פארט פון סינגאפור איז דער פינפט מערסט באשעפטיגסטער פארט אין דער וועלט.

די ערשטע שפראך אין סינגאפור איז ענגליש, וואס אלע קינדער לערנען אין דער שולע.

סינגאפור געהערט צו דער קאמאנוועלט.

                                     

1. היסטאריע

אין 1819 האט ראפֿלס געקויפט פונעם סולטאן א שטח אין דרום סינגאפור און געעפנט דארט א בריטישע האנדלס שטאט.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די יאפאנעזער אקופירט סינגאפור פון 1942 ביז 1945.

אין 1963 איז סינגאפור געווארן א טייל פון מאלייזיע, וואס איז געווארן אומאפהענגיק פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. אום 9טן אויגוסט 1965 איז סינגאפור געווארן אינגאנצן זעלבשטענדיג. דער ערשטער פרעמיער מיניסטער איז געווען לי קוואן יו.

דער סינגאַפּור דאָלאַר איז דער וועלטס טייַערסטער דאָלאַר.

                                     

2. רעגירונג און פאליטיק

סינגאפור איז א פארלאמענטארישע רעפובליק מיט א וועסטמינסטער סיסטעם פון איין־קאמערישער פארלאמענטארישער רעגירונג וואס רעפרעזענטירט וויילערשאפטן. די קאנסטיטוציע פון סינגאפור שטעלט פעסט א רעפרעזענטאטיווע דעמאקראטיע ווי די פאליטישע סיסטעם. עקזעקוטיווע מאכט ליגט מיטן קאבינעט פון סינגאפור, געפירט דורכן פרעמיער מיניסטער און, אין א קלענערער מאס, דעם פרעזידענט. דער פרעזידענט ווערט געוויילט דורך דער גאנצער באפעלקערונג, און ער האט וועטא מאכטן איבער געוויסע עקזעקוטיווע באשלוסן, ווי די באניץ פון נאציאנאלע רעזערוון און די באשטימונג פון ריכטערס, אבער אין אלגעמיין איז דאס א צערעמאנישער אמט.

דער פארלאמענט דינט ווי דער לעגיסלאטיווער צווייג פון דער רעגירונג. מיטגלידער פון פארלאנמעט MPs באשטייען פון געוויילטע, נישט־וויילערשאפט און נאמינירטע מיטגלידער. געוויילטע MPs ווערן געוויילט צו פארלאמענט אויף א ״מערהייטס־וואל״ באסיס און רעפרעזענטירן אדער איינצעלער־מיטגליד אדער גרופע רעפרעזענטאציע וויילערשאפטן. דער פֿאלקישער אקציע פארטיי האט געוואונען קאנטראל פון פארלאמענט מיט גרויסע מערהייטן אין אלע וואלן זייט אומאפהענגיקייט אין 1959.

די געזעץ־סיסטעם אין סינגאפור איז באזירט אויף דעם ענגלישן געזעץ, אבער מיט לאקאלע ענדערונגען. ביז 1970 האט מען געריכטעט פראצעסן מיט גאשוואוירענע אזוי ווי אין ענגלאנד, אבער היינט זענען די פראצעסן נאר מיט ריכטער. אין סינגאפור גיט מען דעם טויטשטראף פאר רציחה און נאך עטלעכע עבירות.

                                     

3. געאגראפיע

סינגאפור באשטייט פון 63 אינזלען, איינשליסנדיק דעם הויפט אינזל, פולאו אודזשאנג. עס זענען פאראן צוויי געמאכטע פארבינדונגען צו דזשאהאר, מאלייזיע: די וואודלאנדס ערשטע פארבינדונג אין צפון און די טואס צווייטע פארבינדונג אין מערב. די גרעסטע פון סינגאפור׳ס קלענערע אינזלען זענען דזשוראנג אינזל, פולאו טעקאנג, פולאו אובין און סענטאזע. דער העכסטער נאטירלעכער פונקט איז בוקיט טימאה בערגל הויך 163.63 מעטער.

סינגאפור איז פלאצירט אומגעפער א הונדערט קילאמעטער פונעם עקוואטאר, און דערפאר איז גוט ווארעם דארט - א גאנץ יאר איז די טעמפעראטור נישט ווייט פון 30 גראד, און די נעץ איז 100%.

רעקלאמאציע

במשך די יארן האבן לאנד־רעקלאמאציע פראיעקטן פארמערט סינגאפור׳ס יבשה־שטח פון 581.5 ק״מ 2 אין די 1960ער יארן צו 721.5 ק״מ 2 אין 2018, א פארמערונג פון עטלעכע 23% 130 ק״מ 2. עס ווערט גערעכנט אז ביז 2030 וועט דאס לאנד וואקסן צו 766 ק״מ 2 ביז 2030. אין טייל פראיעקטן טוט מען צונויפגיסן קלענערע אינזלען דורך לאנד־רעקלאמאציע צו שאפן גרעסערע, מער ניצבארע אינזלען, למשל אזוי ווי דזשוראנג אינזל.



                                     

4. עקאנאמיע

סינגאפור א שטארק־אנטוויקלטע מארק־עקאנאמיע, באזירט היסטאריש אויף אימפארט־עקספארט האנדל. צוזמען מיט האנג קאנג, דרום קארעע און טייוואן, איז סינגאפור איינער פון די אריגינעלע פיר אזיאטישע טיגערס, אבער סינגאפור האט אריבערגעשטיגן די אנדערע אין ברוטא אינלענדישן פראדוקט פער מענטש. צווישן 1965 און 1995, זענען געוואוקס ראטעס געווען דורכשניטלעך 6 פראצענט א יאר, וואס האט פארוואנדלט דעם לעבן־סטאנדארט פון דער באפעלקערונג.

די סינגאפור־עקאנאמיע איז באוואוסט ווי איינע פון די פֿרייסטע, מערסט חידושדיק, מערסט קאנקורענצדיק, מערסט דינאמיש און מערסט ביזנעס־פריינדלעך. דער 2015 אינדעקס פון עקאנאמישער פֿרייהייט ראנגירט סינגאפור ווי די צווייט־פֿרייסטע עקאנאמיע אין דער וועלט. סינגאפור ווערט כסדר גערעכנט איינע פון ווייניגסט קארופטע לענדער אין דער וועלט, צוזאמען מיט ניי זילאנד און די סקאנדינאווישע לענדער. אין 2016, איז סינגאפור געווארן ראנגירט דער וועלט׳ס טייערסטע שטאָט צום דריטן יאר נאכאנאנד דורך דעם עקאנאמיסט אינטעליגענץ איינץ.

                                     

5. יידן אין סינגאפּור

אין די 840ער יארן, האט די רייכע ששון פאמיליע פון איראק געבויט א קליינע שוהל אויף א שאסיי וואס איז געווארן באקאנט אלס "סינאגאגע גאס".

אין די ענדע 800ער יארן האט די געמיינדע געציילט ארום 200 מיטגלידער.

אין 878, האט מנשה מייער געבויעט א נייע גרויסע שול, די מגן אבות שוהל אויף וואטערלו גאס, מיט א מקוה. די שול איז נאך ביז היינט דער צענטער פון דער יודישער געמיינדע מיט טעגליכע מנינים, שיעורי תורה און א גרויסע באטייליגונג ביי די תפילות שבת. אין 1905 האט מנשה מייער געעפנט א צווייטע שול, חסד אל.

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, האט די קהילה געשאפן די נאן-פראפיט ארגאניזאציע "דזשואיש וועלפער בארד" וועלכער פארוואלטעט די שוהל, צוויי מקוואות, א תלמוד תורה און א כשרן רעסטוראן און געשעפט וואס פארקויפט אימפארטירטע כשרע עסנווארג.

דער מרא דאתרא היינט צוטאג איז הרב מרדכי אבערגעל.

                                     
  • צאל אמטן. די מערסטע באשעפטיקע פארטן אין דער וועלט זענען: פארט פון סינגאפור סינגאפור פארט פון שאנכיי, כינע פארט פון ראטערדאם, הא לא נד פארט פון קאבע, יאפאן
  • דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון סינגאפור ער האט געדינט אין דעם אמט דריי יארצענדלינגען. אונטער זיין פירערשאפט האט סינגאפור זיך צעטיילט פון מאלייזיע אין 1965
  • פראנקרייך וואצלאוו האוועל, טשעכיי דזשאווארהארלאל נעהרו, אינדיע לי קוואן יו, סינגאפור אלבערט איינשטיין ניעלס באהר קורט געדעל ווערנער הייזנבערג אלען טורינג ליינוס
  • אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 144 טעג. 1965 - סינגאפור ווערט אינגאנצן זעלבשטענדיק. 1974 - דזשעראלד פארד איינגעשוואוירן דער 38סטער
  • באנגלאדעש ברוניי וויעטנאם טיילאנד לאאס מאלייזיע מזרח טימאר מיאנמאר פריער בורמע סינגאפור פיליפינען קאמבאדיע צענטראלע אזיע מזרח אזיע דרום אזיע מערב אזיע
  • א שטאטס שטא ט איז א מדינה פון בלויז איין שטאט וואטיקאן סינגאפור מאנאקא גיבראלטאר איז נישט ממש א שטאטס שטא ט נאר א זעלבשטענדיגע שטאט וואס איז אפיציעל א
  • אן אויסטראנעזישע שפראך וואס מ רעדט אין אינדאנעזיע, ברוניי, מאלייע און סינגאפור 290 מיליאן מענטשן רעדן מאלייאיש, 77 מיליאן אלס מוטערשפראך. די שפראך ווערט
  • אוקראינע 1942 - צווייטער וועלט קריג: די יאפאנישע אימפעריע נעמט איין סינגאפור פונעם פאראייניגטן קעניגרייך 1945 - צווייטער וועלט קריג: געענדיגט באמבארדירן
  • צווישן זיי. מאלייזיע גרענעצט טיילאנד און ברוניי צו צפון, אינדאנעזיע און סינגאפור צו דרום. זי איז נאנט צום עקוואטאר און האט א טראפישן קלימאט. מאלייזיע איז
  • געגרינדעט געווארן דעם 8טן אויגוסט 1967 דורך אינדאנעזיע, טיילאנד, מאלייזיע, סינגאפור און די פיליפינען, וואס האבן געוואלט ווייזן סאלידארישקייט קעגן דעם איינפלוס
  • אין אינדיע. 26סטן יולי - די מאלדיוון ווערן זעלבשטענדיק. 9טן אויגוסט - סינגאפור ווערט אינגאנצן זעלבשטענדיק. 24סטן יאנואר - ווינסטאן טשערטשיל, פרעמיער מיניסטער
  • דער וועלט ס צווייטע גרעסטע עקאנאמיע. דרום קארעע, טייוואן, האנג קאנג און סינגאפור האבן אלע די סטאטוס היינט פון אנטוויקלטע לענדער. דער שטערקסט אנטוויקלט האנדל בלאק