ⓘ אגדתא. דער ארטיקל באשעפטיקט זיך מיטן טערמין אגדה פונעם תורהדיקן בליק, צו ליינען איבערן טערמין לעגענדע פונעם וועלטלעכן בליק דריקט אהער. אגדתא איז א שטיקל אין די ..

                                     

ⓘ אגדתא

דער ארטיקל באשעפטיקט זיך מיטן טערמין "אגדה" פונעם תורהדיקן בליק, צו ליינען איבערן טערמין "לעגענדע" פונעם וועלטלעכן בליק דריקט אהער.

אגדתא איז א שטיקל אין די גמרא וואס רעדט נישט פון הלכה אדער מצוות, נאר פון וועלטליכע געשיכטע אדער פון מוסר, אדער הלכות דרך ארץ ווי אזוי דער מענטש זאל זיך פירן. די אגדתאס אין ש"ס זענען צוזאמענגעקליבן אין עין יעקב.

                                     

1. סארטן אגדתא

דער רמח"ל אין זיין ספר ארבעה מאמרים ברענגט אז עס זענען דא אפאר סארטן אגדתאעס, ער לייגט צו אז די אגדתא וואס רעדט פון נאטור מיינט מען נישט דוקא די נאטור פון וואס מען רעדט, נאר עס איז דארטן באהאלטן פארבארגענע סודות התורה, און די חכמים האבן דאס באהאלטן אין די נארטוליכע זאך פון וואס מען רעדט, וועגן דעם ווייל דאס איז געווען באוויסט אז דער נאטורליכער זאך ארבייט אזוי ביי אלעמען. למשל אז די גמרא זאגט אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט, מוז דאס נישט מיינען אז אזוי איז דאס, נאר וויבאלד אלע האבן אזוי געהאלטן אין יענע צייטן, און די גמרא זוכט נאר צו פארבארגן עפעס דא, נוצט ער די באוויסטע זאך פון יענע צייטן וועגן די זון און דער וועלט.

                                     

1.1. סארטן אגדתא מוסר עטיק

  • די סארט אגדתא רעדט פון זאכן וואס איז געשריבן וועגן דעם אז מענטשן זאלן זיך אפלערנען פון די מעשה ווי אזוי מען זאל זיך אויפירען.
                                     

1.2. סארטן אגדתא קבלה/סודות התורה

  • די סארט אגדתא רעדט אין פארבארגענע זאכן וואס סתם פשוט פשט קען מען דאס נישט פארשטיין אבער עס האט אין זיך גרויסע פארבארגענע זאכן.