ⓘ שרייבן איז די קונסט אראפצולייגן ווערטער, סימבאלן, נומערן, אותיות און זאצן, דורך די פינגער צי דורך א פען אויפן פאפיר אדער קלאוויאטור טייפן אויף א קאמפיוטער, וואס ..

טייפן

טייפן אדער קלאפן איז די מלאכה פון שרייבן אויף א קלאוויאטור אדער א שרייבמאשין. א גוטע שיטה פון טייפן איז "בלינדטייפן", ווען מען קוקט נישט אויפן קלאוויאטור נאר אויפן עקראן.

מקור

צו מיינט איר מקור אין וויקיפעדיע? מקור איז א קוואל, און קען באדייטן מערערע אפטייטשן און אידיאמען. אין וויקיפעדיע קען מען נישט שרייבן קיין שום נעגאטיווע זאך קעגן לעבעדיגע מענטשן אן א קראנטן מקור, דאס מיינט אן אנצוצייגען פון א פאראנטווארליכע צייטונג אז אזוי האט פאסירט מיט יענעם.

ווייזערל

א סטילוס ווערט געניצט צו שרייבן אויף א טאוול. היינט צו טאג, צו קענען ארבעטען אויף א פאלם-פיילאט אדער א יעדע האנט-געהאלטענע מאשינקע, דארף א ווייזערל, אדער "סטיילעס".

ערבות

צו מיינט איר ערבות פאר ארבעה מינים אדער פאר הושענה רבה? ערבות איז א פארפליכטונג אזא גאראנטי, אז ווען איינער בארגט געלט פון א צווייטן נעמט ער מיט אן עָרב וואס יענער אף על פי וואס ער אלייןס באקומט נישט דאס געלט נעמט ער זיך אונטער צו באצאלן אויב דער חבר קען נישט באצאלן. ערבות איז א זאך וואס א מענטש איז זיך זעלבסט מתחייב זיי רופן דאס וואראנטי אז ווען מקויפט עפעס קען מען דאס צוריקגעבן און דער פארקויפער מוז געבן א נייע זאך צוליב זיין התחייבות. אנשטאט וואס ביי די בענק איז דא נכסים פארמעגן וואס ווערט אן ערב פארן חוב איז דא אזא זאך אז אנדערע מענטשען קענען זיך מתחייב זיין צו באצאלן. די גמ"חים היינט ...

                                     

ⓘ שרייבן

שרייבן איז די קונסט אראפצולייגן ווערטער, סימבאלן, נומערן, אותיות און זאצן, דורך די פינגער צי דורך א פען אויפן פאפיר אדער קלאוויאטור טייפן אויף א קאמפיוטער, וואס מוויל קאמוניקירן נישט דורכן מויל.

וויבאלד שרייבן איז אנדערש ווי רעדן, וואס מקען נישט נוצן דערביי די הענט, פנים, און ניגון צו מסביר זיין וואס די ווערטער באדייטן, ברויך מען זיך האלטן גאר שטרענג צו כללים, כדי די ווערטער, טינט, פינגערקלאפעריי זאלן נישט זיין להבל ולריק.

דער וואס שרייבט ביכער הייסט א שרייבער.