ⓘ ישראל האגער, בני ברק. רבי ישראל האגער איז דער וויזשניצער רבי פון בני ברק. ער איז דער עלטערער זון פון רבי משה יהושע האגער, דער ישועות משה דער וויזשניצער רבי פון ..

                                     

ⓘ ישראל האגער (בני ברק)

רבי ישראל האגער איז דער וויזשניצער רבי פון בני ברק. ער איז דער עלטערער זון פון רבי משה יהושע האגער, דער "ישועות משה" דער וויזשניצער רבי פון בני ברק.

                                     

1. ביאגראפיע

רבי ישראל איז געבוירן געווארן ו אייר תש"ה אין תל אביב צו זיין פאטער רבי משה יהושע האגער, וואס איז שפעטער געווארן וויזשניצער רבי, דער "ישועות משה", און צו זיין מוטער, מרת לאה אסתר די טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון דעעש. ביי זיין ברית איז רבי ברוך ראבינאוויטש פון מונקאטש געווען דער מוהל און דער הוסיאטינער רבי, רבי ישראל פרידמאן, איז געווען דער סנדק.

י סיון התשכ"ג האט ער געהייראט מרת שרה חנה חיה, די טאכטער פונעם טשערנאבילער רבין, רבי משולם זוסיא טווערסקי. די חתונה איז געפראוועט געווארן אין קרית וויזשניץ, בני ברק.

ער האט באקומען היתר הוראה ערלויבעניש צו פסקנען פון הרב אברהם משה באב"ד, הרב יהושע מענדל עהרנבערג אב"ד תל אביב, הרב משה אריה פריינד, גאב"ד פון דער עדה החרדית אין ירושלים און הרב אברהם צבי ווייס, דער ערשטער רב פון נווה אחיעזר.

ער איז געווען זייער באליבט ביי זיין זיידן רבי חיים מאיר האַגער דער "אמרי חיים"; דער זיידע האט אים באקרוינט רב אין וויזשניצער בית מדרש אין בני ברק נאך זיין חתונה. נאך דער פטירה פונעם זיידן אין יאר תשל"ב איז ער געווארן רב אין קרית וויזשניץ, בני ברק, ממלא מקום פון זיין פאטער וואס האט איבערגענומען די וויזשניצער רביסטעווע.

אפטמאל, איז דער רבי מעורר דעם עולם וועגן פרצות הזמן און דערמונטערט זיינע חסידים זיך נישט נאכלאזן פון אלע תאוות וואס די דרויסנדיגע וועלט האט, און געלעגנטליך ערווענט ער אין זיינע דברי תורה אז מזאל נישט דורכברעכן די מויערן פון קדושה און חליחה מזאל נישט ענדערן אפילו א טראפ פון די מנהגים וואס זענען געווען איינגעפירט נאך אין דעם אלטן היים.

                                     

2. גלות

אין יאר התשמ"ד איז ער געווארן פארטריבן דורך זיין טאטן אויף אכצן יאר, צוליב פארשידענע סיבות. מען האט געזאגט אז די הויפט אורזאך איז ווייל ער האט אנגעהויבן צו בארגן גרויסע געלטער פון עשירים און דער טאטע האט זיך זייער באנג געטאן אז זיין זון בארגט אן קיין חשבון האט ער אים אוועקגעטריבן פון שטוב און פון זיין אויסגאבע אלס א רב פון דער קרי, אבער רוב עולם האט געטראכט אנדערעש בפרט אז יעדער ווייסט אז דאס געלט וואס ער האט געבארגט איז אלץ געגאנגען פאר די צוועקן פון צדקה וחסד, די ריכטיגע סיבה ווייסט קיינער נישט. לויט די מיינונג און שפעקולאציעס פון א סאך מענטשן האט רבי ישראל זיך פשוט נישט געקנענט אויסקומען מיט זיין מאמע צוליב פארשידענע סיבות איז אומשולדיג.

                                     

3. די לעצטע יארן פונעם טאטן

די לעצטע יארן איז ער געשטאנען לימין אביו הק, צו פירן די עדה הקדושה. אין התשס"ד ווען זיין פאטער איז ליידער קראנק געווארן און צוביסלעך דער מצב האט זיך שטארק פארערגערט, רבי ישראל האט למעשה איבערגענומען די הנהגה. ער פלעגט פירן באטעס פרייטיגס צונאכט, און זייער אפט פלעגט ער אויכט אונטערשרייבן בריוון און הסכמות אנשטאט זיין פאטער. ער פלעגט פארטרעטן זיין טאטן און איבערגעבן זיין ברכה ביי אלע מעמדים אין כינוסים פון יהדות החרדית אין ארץ ישראל און אויסלאנד. כ אדר א התשע"ב נאך דער פטירה פון רבי משה יהושע האבן די מערהייט פון די וויזשניצער חסידים מקבל געווען אויף זיך די הנהגה און אנגענומען רבי ישראל אלס זייער רבי, צו ממשיך זיין די גאלדענע קייט. ער פירט ווארעמע דערהויבענע טישן פאר טויזנטער חסידים, און איז מקבל הונדערטער אידן פאר עצה און ברכה. די זקני החסידים זענען מעיד אז מיט זיין הנהגה דערמאנען זיי זיך דעם זיידן דעם "אמרי חיים".

זיין עלטסטער זון הרב חיים מאיר האגער איז דער רב פון די וויזשניצער חסידים אין בארא פארק, ניו יארק.

                                     

4. משפחה

רבי ישראל האט געהייראט מרת שרה חנה חיה טווערסקי. טאכטער פונעם טשערנאבלער רבין. זייערע קינדער:

  • רבי יצחק ישעיה, האט געהייראט מרת שרה לאה, טאכטער פון רבי דוב בעריש פאנעט פון דעעש–ירושלים.
  • מרת מרים, די ווייב פון רבי ברוך שמשון האגער, מאנסי וויזשניצער רבי אין ארץ ישראל, זון פון הרה"ק רבי מרדכי האגער.
  • מרת רעכיל דבורה, שול-לייטער דירעקטארין פון דער וויזשניצער הויכשולע אין אשדוד, ווייב פון הרב חיים צבי - ראש ישיבה פון דער סאטמארער ישיבה אין בני ברק, זון פון רבי דוב בעריש מייזליש, רב פון סאטמארער קהילה אין בארא פארק, און איידעם פונעם פריערדיגן סאטמארער רבין הרה"ק בעל ברך משה.
  • מרת יפה שיינדל, די ווייב פון הרב מנחם מענדיל זון פון הרב ישראל אליעזר האגער, רב פונעם סערעט-וויזשניצער בית מדרש אין ירושלים.
  • הרב חיים מאיר - רב פון די וויזשניצער חסידים אין ניו יארק – ער האט געהייראט מרת רייצא הענדל, טאכטער פון רבי אהרן טייטלבוים, אב"ד נירבאטור.
  • מרת ציפורה ברכה, די ווייב פון הרב נפתלי צבי זון פון הרב נחום אפרים טייטלבוים, וואלאווער רבי.
  • רבי יעקב מרדכי, האט געהייראט מרת שבע רחל, טאכטער פון רבי אברהם ברוך ראטנבערג, קאסאנער רבי פון לייקוואד
  • מרת מלכה העניא, די ווייב פון איר שוועסטער־קינד הרב יצחק טווערסקי, זון פון רבי דוד טווערסקי, סקווערער רבי.