ⓘ מסכת ברכות איז די ערשטע מסכתא פון די ששה סדרי משנה. זי איז אריינגעלייגט אין סדר זרעים וויבאלד די מסכתא האנדלט זיך ארום הלכות ברכות וואס האט צו טון מיט עסן, כאטש ..

                                     

ⓘ מסכת ברכות

מסכת ברכות איז די ערשטע מסכתא פון די ששה סדרי משנה. זי איז אריינגעלייגט אין סדר זרעים וויבאלד די מסכתא האנדלט זיך ארום הלכות ברכות וואס האט צו טון מיט עסן, כאטשיג עס האנדלט זיך נישט פון מצוות התלויות בארץ. דער רמב"ם פרעגט טאקע די שאלה און ענטפערט אז וויבאלד ברכות איז דער יסוד פון יידישקייט איז עס געשטעלט געווארן אלס די ערשטע מסכתא.

די מסכתא האט ניין פרקים, און זי איז די איינציגסטע מסכתא פון סדר זרעים וואס האט תלמוד בבלי. זי האט 63 בלעטער אין תלמוד בבלי, און 68 בלעטער אין תלמוד ירושלמי.

                                     

1. נעמען פון די פרקים קאפיטלעך אין דער מסכתא

  • היה קורא
  • אלו דברים
  • אין עומדין
  • תפלת השחר - וועגן שמונה עשרה
  • הרואה
  • שלשה שאכלו - דינים פון בענטשן
  • מאימתי - וועגן ליינען קריאת שמע
  • כיצד מברכין - דינים פון ברכת הנהנין
  • מי שמתו
                                     

אלהי נשמה

אלהי נשמה איז א תפלה וואס מען זאגט יעדן אינדערפריה ביי ברכה התורה גענומען פון מסכת ברכות. אין די תפלה דאנקט מען דעם אויבערשטן וואס ער האט אונז באשאפן די נשמה, אונז עס צוריקגעגעבן א ריינע און האלט עס אין אונז. מען ענדיגט מיט א ברכה המחזיר נשמות לפגרים מתים. עס איז א מחלוקת הפוסקים אויב מען זאגט עס פאר די ברכות התורה אדער נאך אלו דברים. דער חזן יאסעלע ראזענבלאט האט פארפאסט א הערליך שטיקל אויף די תפלה וועלכער איז גאר פאפולער.