ⓘ משניות ..

מסכת אבות

מסכת אבות איז די ניינטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות. די מסכתא האנדלט אין ענייני מוסר, מידות טובות און דרך ארץ. אין משניות האט מסכת אבות פינף פרקים. צוזאמען מיט דער ברייתא פון קנין תורה, ווערט די מסכתא גערופן פרקי אבות, און איז געדרוקט אין סידורים מיט דעם נאמען, צו זאגן די זומער שבתים מנחה צייט. אויף מסכת אבות איז נישט דא קיין גמרא, נישט אין בבלי און נישט אין ירושלמי; אויך איז נישט דא אין דער מסכתא קיין תוספתא. אבער סאיז דא אין מסכתות קטנות א מסכתא אבות דרבי נתן, וואס פארברייטערט דעם אינהאלט פון דער מסכתא.

אלו דברים

אלו דברים איז דער ערשטער פרק פון משניות מסכת פאה. דער פרק אנטהאלט זעקס משנהס. זי ווערט גערופן נאך די ערשטע משנה וואס הייבט זיך אהן אלו דברים שאין להם שיעור וואס א טייל דערפון פיהרט מען זיך אויך צו זאגן יעדן טאג נאך ברכות התורה. די משנה רעכנט אויס די פאלגנדע זאכן וואס האבן נישט קיין שיעור: לערנען תורה פאה ביכורים מצוה ראיה בעזרה גמילות חסדים און דאס זענען די זאכן וואס מען פארדינט פון די פירות אויף דער וועלט און דער קרן בלייבט אויף יענע וועלט: מאכן שלום צווישן א מענטש און זיין חבר און לערנען תורה איז מער פון דעם אלעם. גמילות חסדים כיבוד אב ואם ביים דאווענען לייגט מען צו די צווייטע העלפט פון ...

מסכת בבא בתרא

מסכת בבא בתרא איז די דריטע מסכתא אין סדר נזיקין אין ש"ס. די טייטש פון בבא בתרא אין אראמיש איז די "לעצטע טיר", עס ווערט אזוי אנגערופן וויבאלד עס איז די לעצטע פון די דריי "בבאס", וואס מען רעדט פון דיני נזיקין: בבא קמא, בבא בתרא און בבא מציעא. די מסכתא האט ווי אלע בבאס 10 פרקים. בבא בתרא איז דער גרעסטער מסכתא אין ש"ס לויט דער צאל פון בלעטער; זי אנטהאלט 176 דפים.

מסכת בבא מציעא

מסכת בבא מציעא איז די צווייטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות. די טייטש פון בבא מציעא אין אראמיש איז דער "מיטלסטער טויער", עס ווערט אזוי אנגערופן וויבאלד עס איז די מיטלסטע פון די דריי "בבאס", וואס מען רעדט פון דיני נזיקין: בבא קמא, בבא מציעא און בבא בתרא. די מסכתא האט 10 פרקים.

מסכת בבא קמא

מסכת בבא קמא איז די ערשטע מסכתא פון סדר נזיקין אין משניות און האט 119 בלעטער אין בבלי. די מסכתא האנדלט ארום הלכות פון שעדיגען אנדערען אייגנטום. די מסכת איז די ערשטע פון 3 מסכתות וואס רעדן זיך פון שעדיגן יענעם זאכן, בענעמונג מיט יענעםס געלטער, און ווי אזוי אייגנטום ווערט באשטעטיגט, אלע 3 האבן זיי 10 פרקים. די גמרא זאגט אז כולי נזיקין חדא מסכת הוא ד.ה. אלע דריי בבות: קמא, מציעא, און בתרא ווערט באטראכט ווי איין מסכתא.

מסכת גיטין

השולח - דינים פון מבטל זיין א שליח, און דינים וואס זענען געזאגט וועגן תיקון העולם. מי שאחזו - המשך דינים פון שליחים, און דינים פון א גט על תנאי. הזורק - דינים קריגן א גט, גט ישן, נשים וואס מען מוז זיי גטן און א גט קרח. המביא גט - נאך דינים פון שיקן א גט פון מדינת הים, דינים פון שרייבן און חתמן א גט. המביא גט - דינים פון שיקן א גט פון "מדינת הים" דורך א שליח, און דער קשר צווישן א גט און א שטר שחרור פון עבדים. המגרש - דינים פון "גירושין לחצאין", עדים פון א גט. כל הגט - דינים פון שרייבן א גט לשמה, א שליח פון א גט וואס איז געווארן קראנק, און חזקה. הניזקין - נאך דינים וועגן תיקון העולם און דרכי ...

                                     

ⓘ משניות

  • משניות איז א זאמלונג פון הלכות פון די צייטן פון די תנאים רעדאקטירט דורך ר יהודה הנשיא אין אנפאנג פון דעם 3טן יארהונדערט. משניות איז איינגעטיילט אויף 6
  • דריי צן משניות רבן גמליאל אומר זעקס משניות הבא על יבמתו זעקס משניות אלמנה לכהן גדול זעקס משניות הערל זעקס משניות יש מותרות זעקס משניות האשה שהלך
  • פערטער מסכתא פון סדר טהרות אין משניות די מסכתא האנדלט ארום ווי אזוי מען מאכט און ניצט א פרה אדומה. די מסכתא האט משניות און תוספתא אבער קיין גמרא, נישט
  • צווייטער סדר אין משניות מגילה נקראת - דער פרק רעדט בעיקר וועגן די זמנים פון ליינען מגילת אסתר. דאס צווייטע העלפט איז א זאמלונג פון משניות וואס הייבן אן
  • איינע פון די מסכתות קטנות וואס איז נישט אריין אין משניות עס זענען פארהאן 63 מסכתות פון משניות די משניות האט רבי יהודה הנשיא רעדאגירט. ס איז אנגענומען אז
  • מסכת שביעית איז די פינפטע מסכתא פון סדר זרעים אין משניות
  • מסכת כלאיים איז די פערטע מסכתא פון סדר זרעים אין משניות
  • מסכת תרומות איז די זעקסטע מסכתא פון סדר זרעים אין משניות
  • מסכת עדיות אדער מסכת בחירתא איז די זיבעטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות די מסכתא אנטהאלט אסאך ענינים פון גאנץ ש ס. די מסכתא האט נישט קיין גמרא, נישט
  • כלים איז די ערשטע מסכתא פון סדר טהרות. די משניות זענען צעטיילט אין 30 פרקים. כלים איז די לענגסטע מסכתא פון משניות און האט נישט קיין גמרא, נישט אין בבלי
  • מסכת תענית איז די ניינטע מסכתא אין סדר מועד די צווייטע סדר אין משניות מאימתי סדר תעניות כיצד סדר תעניות אלו בשלשה פרקים
                                     

מסכת בכורות

מסכת בכורות איז די פערדע מסכתא פון סדר קדשים אין משניות, די מסכתא האנדלט ארום די פרטי דינים פון פטר חמור, בכור בהמה טהורה, די דיני מומים וואס פסלט די כהנים.

                                     

מסכת חגיגה

אין דורשין - באהאנדלט מעשה בראשית און מעשה מרכבה באריכות, אויך אגדתות וועגן תנאים וואס האבן עוסק אין סתרי תורה "ארבעה נכנסו לפרדס". דער סוף פונעם פרק איז עוסק אין דינים פון סמיכה. הכל חייבין - באהאנדלט דעם דין פון עליה לרגל - ווער איז מחויב, ווער איז פטור און ווי אזוי מאיז עולה. דער סוף פונעם פרק איז עוסק אין כללים פון הלכות און דאס שייכות צווישן תורה שבכתב און תורה שבעל פה אין פארשידענע הלכות. חומר בקודש - איז עוסק אין די חילוקים צווישן קודש און תרומה.

                                     

מסכת מועד קטן

מסכת מועד קטן איז די עלפטע מסכתא אין סדר מועד. די מסכתא באהאנדלט די דינים פון חול המועד. דער סוף פון דער מסכתא רעדט וועגן דינים פון אבילות.

                                     

מסכת מכות

מסכת מכות איז די פינפטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות. די מסכתא האנדלט ארום פון די עונשים וואס בית דין האט געגעבן. די מסכתא האט 3 פרקים און די גמרא בבלי האט 23 דפים.

                                     

מסכת מעשרות

מסכת מעשרות איז די זיבטע מסכתא פון סדר זרעים אין משניות. די מסכתא רעכנטן אויס ווען סהייבט זיך אן ביי פארשידענע מינים דער חיוב צו מעשרן די פירות. אויך פון ווען אן הייסט שוין א קביעות און מען טאר מער נישט עסן די יפירות פראוויזאריש אן צו דארפן מעשרן. די מסכתא רעדט בעיקר וועגן מעשר ראשון, ד"ה די צען פראצענט פון דער תבואה וואס מען שיידט אפ נאכן אפשיידן די תרומה און וואס מען גיט צו א לוי.

                                     

מסכת עבודה זרה

מסכת עבודה זרה איז די אכטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות. די מסכתא האנדלט איבער די איסור קירוב צו געצן-דינער און די יסודות פון איסור והיתר. עס האט 5 פרקים און 76 דפים.

                                     

מסכת שבועות

מסכת שבועות איז די זעקסטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות. די מסכתא האנדלט ארום בעיקר "דיני שבועה" די ערשטע צוויי פרקים איז וועגן "דיני טומאת מקדש וקדשיו" עס האט 8 פרקים און 48 דפים.

                                     

סדר זרעים

סדר זרעים, דער ערשטער סדר פון משניות, איז כולל 11 מסכתות. זרעים איז טייטש זאמען, אלע מסכתות אין דעם סדר האבן צו טון מיט עסן וואס וואקסט פון דער ערד. דער סדר איז צעטיילט אין 11 מסכתות: מסכת שביעית מסכת ערלה מסכת כלאים מסכת תרומות מסכת פאה מסכת דמאי מסכת מעשר שני מסכת חלה מסכת ביכורים מסכת ברכות - רעדט וועגן די ברכות פון דאווענען, פון מצוות און פון עסן מסכת מעשרות

                                     

סדר טהרות

סדר טהרות איז כולל 12 מסכתות. טהרות איז טייטש ריינע זאכן, די מסכתות אין דעם סדר האבן צו טון מיט דינים פון טומאה און טהרה. דער סדר איז צעטיילט אין די פאלגנדע 12 מסכתות: מסכת אהלות מסכת עוקצין מסכת טהרות מסכת מכשירין מסכת נגעים מסכת ידים מסכת זבים מסכת מקואות מסכת פרה מסכת נדה מסכת כלים מסכת טבול יום אין סדר טהרות איז נישט דא קיין גמרא נאר בבלי אויף מסכת נדה.

                                     

סדר נזיקין

סדר נזיקין איז כולל 10 מסכתות. נזיקין איז טייטש שאדנס, רוב מסכתות אין דעם סדר האבן צו טון מיט דינים בין אדם לחברו. דער סדר איז צעטיילט אין 10 מסכתות: מסכת הוריות מסכת עבודה זרה מסכת מכות אויף יידיש רופט מען די מסכתא "מלקות" מסכת שבועות מסכת בבא מציעא מסכת אבות איז עוסק אין דברי מוסר פון חז"ל מסכת עדיות מסכת בבא קמא מסכת בבא בתרא מסכת סנהדרין אויף אלע מסכתות איז דא גמרא סיי בבלי סיי ירושלמי, אחוץ עדיות און אבות.

                                     

מסכת עירובין

מסכת עירובין איז די צווייטע מסכתא אין סדר מועד. די מסכתא האט צען פרקים, מיט 104 בלאט אין תלמוד בבלי און 65 בלאט אין תלמוד ירושלמי. די מסכתא באהאנדלט ווי אזוי מאכט מען עירובי חצרות כדי צו קענען טראגן שבת אין א חצר אדער א פריוואט געסל.

                                     

מסכת ערלה

הנוטע - איז עוסק בעיקר אין וועלכע ביימער איז חל דער איסור פון ערלה. התרומה - איז עוסק אין דיני תערובת. בגד - איז עוסק אין דעם איסור הנאה של ערלה.די לעצטע משנה רעדט וועגן כלאי הכרם און דעם איסור חדש אין ארץ ישראל און חוץ לארץ.