ⓘ פאכן ..

דאקטער

דער ארטיקל דיסקוטירט א דאקטער פון מעדיצין. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט דאקטאר. א דאָקטער איז דער וואס פראַקטיצירט מעדיצין און היילט אויס קרענק. כאטש דאס ווארט דאקטער שטאמט פון דעם טיטל דאָקטאָר, היינטיגע טעג קען מען ווערן א דאקטער אן דעם דאקטאר טיטל. אין טייל לענדער ווערן די ציינדאקטוירים אויך גערופן "דאקטער".

יושב ראש

א פון א אסיפה דער וואס פירט אן מיט די רעדעס הייסט א יושב ראש. א יושב ראש איז א וויכטיגע פאזיציע, און ווי אזוי ער לייגט אראפ די טאן פון די אסיפה, אזוי לויפט עס א גאנצע צייט.

פאליטיקער

א פאליטיקער, איז איינער וואס איז עוסק אין פאליטיק; אדער ער דינט אין א רעגירונג, אדער ער זוכט צו ווערן געווילט צו א רעגירונג.

פאסט-טרעגער

א פּאָסט-טרעגער אדער בריווטרעגער איז אן אנגעשטעלטער פונעם פּאָסט־אַמט אדער אן אנדער בריוו-דינסט וואס צעפירט פּאָסט, למשל בריוו, צייטונגען און פעקעלעך.

פאראמעדיקער

א פאַראַמעדיקער איז א מעדיצינישער פֿאכמאן, וואס ארבעט מיט נויטפאל מעדיצינישע דינסטן. זיי ארבעטן אפטמאל אין אמבולאנסן ביז מען ברענגט דעם פאציענט אין שפיטאל. סזענען דא אין פארשידענע לענדער יידישע הצלה ארגאניזאציעס, וואס באשטייען פון וואולטעטיגע פאראמעדיקער.

פארמער

א פארמער ווערט אנגערופן א מענטש וואס פארדינט זיין פרנסה פון לאנדווירטשאפט. געווענליך וועט א פארמער אנפלאנצן תבואה, ירקות, אדער פירות, און דאס פארקויפן פאר געלט און דורכדעם ארויסנעמען זיין פרנסה. אפטמאל איז דער פארמער דער אייגנטומער פון זיינע פעלדער. אויך איינער וואס האדעוועט בהמות אין א שטאַל, וואס ווערן גענוצט צום עסן ווערט אנגערופן א פארמער. אמאליגע צייטן זענען געווען טויזנטער פארמערס וועלכע האבן זיך געשפייזט פון פעלד ארבעט פון די פארדינסטן וואס דאס האט געברענגט. אין די היינטיגע צייטן זענען בעיקר דא ריזיגע קאמפאניס וועלכע פארמאגן ריזיגע שטחים פון אקערלאנד, וואס דארט פלאנצן זיי אן אויף א ...

                                     

שיכפוצער

א שיכפּוצער איז איינער וואס פוצט אין גלאנצט אויס שיך פאר איינקומפט. אמאל איז די שיך פוץ שמירעכטס נישט געווען צובאקומען פאר די המון, דעריבער האט מען געדארפט צוקומען צו א פוצער זאל אויסגלאנצן די שיך. היינט איז עס שוין מער א לוקסוס, ווי מענטשן לאזן זיך פיצן די שיך און די זעלבע צייט טרינקט מען א קאווע, ליינט א צייטונג, אדער ערלעדיגט ביזנעס אויפן צעלפאן.