ⓘ ליפא טייטלבוים. רבי ליפא טייטלבוים שליטא זענטער רב איז דער צווייטער זון פון סאטמארער רבי משה טייטלבוים זצוקללהה. ער איז אן איידעם ביי ר יוסף אשכנזי זל, דער גבאי ..

                                     

ⓘ ליפא טייטלבוים

רבי ליפא טייטלבוים שליט"א זענטער רב איז דער צווייטער זון פון סאטמארער רבי משה טייטלבוים זצוקללה"ה. ער איז אן איידעם ביי ר יוסף אשכנזי ז"ל, דער גבאי פון סאטמארער רבי ר יואל טייטלבוים זצ"ל.

אין די לעצטע נישט געזונטע יארן פון זיין טאטען, וואס זיין טאטע איז געווען אנגעוויזן אין אסאך פארזענליכע הילף 24 שעה א טאג, איז ר ליפא געווען פארפּאָרעט מיטן באדינען איהם.

ער איז געווען דער ערשטער מו"ל פון די ספרים ברך משה פון זיין טאטענס חידושים עה"ת.

אין יאר תשנ"ז האט ער ארגאניזירט א ביהמ"ד אינעם הויז פון זיין טאטען אין וויליאמסבורג 550 בעדפארד עוו. פאר די שבתים וואס זיין טאטע האט זיך נישט געפונען אין וויליאמסבורג, אין א נאמען געבענדיג דעם ביהמ"ד "ברך משה" נאך זיין ספר ווי עס האבן עפ"י רוב געדאווענט די שטוב מענטשן פון רבין זצ"ל.

נאך דער פטירה פון זיין טאטען ז"ל כ"ו ניסן תשס"ו האט ער געגרינדעט אן אפיצילע קהילה מיטן נאמען קהל ברך משה דזענטא וואו ער האט זיך עמטליך פארופן זענטא רב, ע"ש די קהלה וואס זיין טאטע האט געדינט אלס רב אין דער שטאט זענטא, יוגאסלאוויע פארן קריג, מיט וואס ער ווערט אנגערופען זינט דעמאלטץ.