ⓘ געזעץ ..

געזעץ

אַ געזעץ איז אַן אָפיציעלער פירונג וואָס ווערט בעשטימט דורך אַן אַלגעמיינע מענטשליכע פאַרשטאַנד ווי אַזוי מען דאַרף זיך פירן. עס איז געבויט אויף פרינציפען. עס זענען דא געזעצן וואס קהילות און קאמפאניס מאכן זיך אלייןס געזעצן אויף זייערע געזעלשאפטן הייסט דאס דאן נישט בלויז געזעצן נאר מער דירעקט פאליסיס. עס זײַנען דאָ געזעצן וואָס ווערן געצווּנגען דורך דעם געריכט פון דער מדינה, און עס זיַינען דאָ געזעצן, וואָס יעדער פאַרשטייט פון זיך אַליין אַז מען דאַרף זיי פאָלגן וואס דאס הייסט "סאציאלער אפמאך".

אדוואקאט גענעראל

אדוואקאט גענעראל איז דער הויפט פראקוראר פון דעם לאנד, און איז אויך דער לעגאלער אדוואקאט צו פארדייטיקן די לאנד. אין אלע מדינות איז זיין אויפגאבע אביסל אנדערשט, אבער דער מיינונג איז אז דער איז דער הויפט אדוואקאט וואס באשיצט די געזעץ פון דעם פאלק, דערמיט זייענדיג דער צווייט גרעסטע כוח אין געזעלשאפט נאך די סופרים קארט, וואס מאכן די געזעצן, ער טייטש דאס אויס וויאזוי די פאליציי זאל דאס אדורכפירן, דער חילוק איז נאר ווי ווייט גרייכן זיינע כוחות צו אנקלאגן און פארטיידיקן געוויסע אינטערעסן אין דער רעגירונג.

איך האב א חלום

איך האב א חלום איז א בארימטע היסטארישע צוואנציג-מינוטיגע עמאציאנאלע רעדע פון דאקטער מארטין לוטער קינג קעגן ראסיזם אין די פאראייניגטע שטאטן. עס ווערט פאררעכנט ווי איינע פון סאמע בעסטע רעדעס וואס איז נאר געגעבן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן. די רעדע איז געגעבן געווארן אום אוגוסט 28 1963 פאר איבער 250 טויזנט מענטשן וועלכע האבן מארשירט אין וואשינגטאן צום לינקאלן מעמאריעל. אינעם ערשטן טייל פארלאנגט ער פון אמעריקע צו איינהאלטן איהר צוזאג אין די קאנסטיטוציע קעגן דיסקרימינאציע. די נאמען איך האב א חלום הייסט נאך די ענדע פון די דרשה ווי ער איז אוועק פונעם פארגעשריבענעם סקריפט און גערעדט פון הארץ ...

אפאסטיל

אן אפאסטיל איז די לעגאליזאציע פון וואסארא דאקומענט דורך א רעגירונג בכדי דער דאקומענט זאל ווערן אנערקענט אין פרעמדע לענדער. דאס איז גילטיג אין אלע לענדער וואס האבן מסכים געווען צו דער דען האג קאנווענץ 1961. פאר 1961 איז געווען נייטיג צו ברענגען די דאקומענטן צו דער קאנסולאט פונעם לאנד וואו מוויל ניצן דעם דאקומענט. (אין די לענדער וואס האבן נישט אונטערגעשריבן דעם קאנווענץ דארף מען אויך היינט האבן א באשטעטיגונג פון דער קאנסולאט. דער אפאסטיל ווערט געניצט למשל צו באשטעטיגן די חתימה אויף א מעטריקע ווי אויך אויף א דאקומענט פון א נאטאר.

בריטישע אקט אף יוניאן

בריטאניע איז באקאנט מיט אירע פיר אקט אף יוניאןס וועלכע האבן געברענגט די בריטישע אימפעריע צו איר פולן פראכט. די בריטישע פראווינצן פון די העכערע און נידעריגערע טיילן פון קאנאדע אין נארט אמעריקע אין יאר 840. ענגלאנד מיט וויילס אין 1536. גרויסבריטאניע מיט אירלאנד אין 1800. ענגלאנד און וויילס מיט סקאטלאנד אין 1707.

גניבה

גניבה מיינט אוועק נעמען יענעםס א זאך ווען ער זעט נישט. בפניו איז דאס גזילה. איינער וואס גנבעט הייסט א גנב. אין די תורה איז דער איסור פון גנבענען איינע פון די עשרת הדברות.

                                     

אידענטיטעט קארטע

אן אידענטיטעט קארטע איז אן אפיציעלער דאקומענט וואס צייגט אויף די אייניקייט פון דער מענטש מיט א פערזענליכע נומער. אין א סך מדינות מוז יעדער בירגער האבן א אידענטיטעט-קארטע.