ⓘ געזעץ ..

יודל גרובער

יודל גרובער איז עוסק אין דיני תורות היינט צוטאגס. ער דינט סיי אלס טוען רבני, און סיי אלס דיין/בורר. אויך האט ער זיין אייגענעם בית דין וואס רופט זיך בית דין צדק אורחות משפט. ער האט געלערנט אין ישיבת חתן סופר, נאכער אין ד אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק, וואו ער האט געלערנט גאנץ ש"ס, און האט געקענט גאנץ ש"ס צו דער חתונה. ער איז דער וואס האט אויף געבויעט די כשרות חלק פון התאחדות הרבנים, זייענדיג א פאכמאן אין כשרות. ער איז געווען פון די שטארקע אוסרים ביי דער פרשה פון קרית יואל סקול דיסטריקט.

טויטשטראף

טויטשטראף איז א שטראף וואס א רעגירונג האט אין אירע געזעצן הינריכטן א מענטש וואס איז באשולדיקט דורך א געריכט פאר געוויסע פארברעכן, ווי למשל, רציחה און פארראט קעגן דעם לאנד. די לענדער וואס פירן אויס טויטשטראף היינט זענען כינע, אינדיע,די פאראייניגטע שטאטן, אינדאנעזיע, פאקיסטאן, באנגלאדעש, ניגעריע, עטיאפיע, עגיפטן, סאודי אראביע, איראן און די אראבישע לענדער, אזוי אויך אין יאפאן, דרום קארעע, טייוואן און סרי לאנקא. אין אייראפע, קאנאדע און אויסטראליע ניצט מען היינט מער נישט קיין טויטשטראף.

להט"ב רעכטן אין פאקיסטאן

עס זענען דא ווייניק צו קיין להט"ב רעכטן אין פּאַקיסטאַן. זינט דעם 6טן אקטאבער 1860 ווערט עס שוין אומלעגאַל צו אָנטייל נעמען אין האָמאָסעקסואַלע אקטן סעקסואלע אקטיוויטעט צווישן מענטשן פונעם זעלבער מין. נישט ענלעך ווי אין די דערנעהבנדיגער לאַנד פון אינדיע, דער געזעץ איז נישט נאָך אנולירט געווארן אָדער גאַטאַן באַפרייַען פון. האמאסעקסואלוטעט ווערט אויך באטראכט ווי אַ טאַבו אין פּאַקיסטאַן. די הויפּט רעליגיעס אין פּאַקיסטאַן טוען ניט אנערקענען די רעכטן פון האמאסעקסואלוטעט. צוליב דעם, פילע מענטשן אין דער מדינה זענען קעגן האמאסעקסואלוטעט און אנדערע פארמען פון אנדער ברירות פון געשלעכט אָריענטירונ ...

מירענדע ווארענונג

מירענדע ווארענונג, איז א ווארענונג וואס ווערט געגעבן בשעת מען ארעסטירט איינעם אין אמעריקא. לויטן אמעריקאנער געזעץ זינט 1966 מוז מען דאס איינמעלדן פארן ארעסטירטן איידער מען פרעגט אים אויס סיי וועלכע פראגעס בנוגע זייער עבירה, כדי ער זאל זיין באווואוסטזיניג צו זייערע רעכט פון שווייגן און נישט זיך אליינס באשולדיגן. דער מירענדע ווארענונג ווערט גענוצט בלויז אין אמעריקא, אין אנדערע לענדר באנוצט מען זיך מיט אנדערע מיטלען צו לאזן וויסן דעם ארעסטירטן וועגן זיינע זכותים.

מנחם מאזוז

מנחם מאזוז איז א פרומער חוזר בשאלה אדוואקאט, זיין טאטע איז געוען א רב, ער איז דערהויבן געווארן צו דינען אלס דער ארץ ישראלדיגער הויפט לויער דאס הייסט אלס אטוירני זשענעראל. זייענדיג פארמישט אין אלע לעגאלע דעבאטעס, איז ער געווארן פארהאסט ביי פרומע וואס ווילן ארויפצווינגן די תורה און הלכה דינים אויף די געזעלשאפט איבער די פרייע מאדערנעם געזעץ.

מעטריקע

א מעטריקע איז א צערטיפיקאט פון געבורט, חתונה אדער טויט פון א מענטש. במשך די לעצטע צוויי הונדערט יאר האבן אלע לענדער איינגעפירט אז מען מוז איינשרייבן געבורטן, חתונות און טויטן. די מעטריקע איז גילטיג פאר אלע נויטיקייטן אין דעם לאנד וואו מען האט זי איינגעשריבן. בכדי אז זי זאל ווערן אנערקענט אין אנדער לענדער דארף זי ווערן לעגאליזירט. היינטיגע צייטן ע"פ רוב טוט מען דאס לעגאליזירן מיט או אפאסטיל.

מענטשן רעכט

מענטשן רעכט באדייט א באגריף אדער פילאסאפיע אז עס באקומט יעדן מענטש אויף דער וועלט געוויסע גרונטרעכט. דער פילאסאף דזשאן לאק האט פארגעלייגט אז יעדער מענטש האט "נאטירלעכע" רעכט, און די געזעלשאפט טאר נישט פוגע זיין אין די רעכט. דער אמעריקאנער פאליטיקער טאמעס זשעפערסאן האט אריינגעלייגט פארשידענע מענטשן־רעכט אין דער אומאפהענגיקייט־דערקלערונג פון די פאראייניגטע שטאטן. אין 1948 האבן די פאראייניגטע פעלקער אויפגענומען די אלוועלטלעכע דעקלאראציע פון מענטשרעכט.

סואווערענער שטאט

א סואווערענער שטאַט איז א פאליטישע ארגאניזאציע מיט א צענטראליזירטער רעגירונג וואס הערשט אומאפהענגיק אויף א געאגראפישן שטח. די רעגירונג איז נישט געבונדן צו פאלגן קיין שום אנדער שטאט. היינט אין דער וועלט זענען פאראן מער ווי צוויי הונדערט סואווערענע שטאטן.

פאליציי

די פאליציי איז די ארגאניזאציע וואס טוט ארויפצווינגען די געזעץ, און שיצן דעם ציבור. זיי קענען ארעסטירן כדי צו האלטן סדר און רעכטיקייט אויף די גאסן. איינער וואס ארבעט אין דער פאליציי הייסט א פאליצאַנט, און זיי ארבעטן פון א פאליציי סטאנציע. ווען זיי ארעסטירן א מענטש, ניצט מען האנטקייטלעך צו האלטן זיינע הענט צוזאמען. אין לאנדאן גייען נישט די פאליציי מיט קיין געווער, אבער איבעראל זענען זיי אנגעוואפענט מיט טויטליכע געווער. אין ישראל גייען טייל פון זיי אויך נישט מיט קיין געווער. אויך איז אין ישראל זייערע לעמפלעך אויף די אויטאס בלוי, טראפיק פאלציאנטן זענען רויט און בלוי. אנדערש ווי איבער דער וועלט ...