ⓘ גראד, ווינקל. דער ארטיקל דיסקוטירט מעסטן ווינקלען אין געאמעטריע. טאמער זוכט איר אנדערע באדייטן, זעט גראד. מען ניצט גראַד אדער שטאַפּל צו מעסטן ווינקלען אין געאמ ..

                                     

ⓘ גראד (ווינקל)

דער ארטיקל דיסקוטירט מעסטן ווינקלען אין געאמעטריע. טאמער זוכט איר אנדערע באדייטן, זעט גראד.

מען ניצט גראַד אדער שטאַפּל צו מעסטן ווינקלען אין געאמעטריע. די טייטש פון שטאפל איז א מדריגה העכער אזוי ווי שטיגן. מען ניצט דעם סימבאל °, למשל זעכציג גראד שרייבט מען 60°.

                                     

1. ווינקל גראד

ווען מען וויל מעסטן א ווינקל ענגליש: angle ניצט מען אויך שטאפלען. ווי מער שטאפלען מיינט אז דער ווינקל איז ברייטער. א קרייז צעטיילט מען אין 360°, אזוי אז א גלייכע ליניע איז 180 שטאפלען ווייל עס איז האלב פון א קרייז, און א פינקטליכער גראדער ווינקל ענגליש: right angle איז 90 שטאפלען ווייל עס איז א פערטל פון א קרייז.

געווענליך איז 360 גענוג פאר אלע מעסטונגען, אויב אבער דארף מען האבן קלענער קען מען צעטיילן יעדע שטאפל אויף 60 מינוטן און יעדער מינוט אויף 60 סעקונדעס.

                                     

2. אידישקייט

די סיבה פארוואס א קרייז איז צעטיילט אויף 360 שרייבט דער רמב"ם אין הלכות קידוש החדש ווייל עס קען צעטיילט ווערן אין יעדן נומער פון 1 ביז 10 חוץ פון 7. אז סזאל קענען צעטיילט ווערן אויך אין 7 וואלט מען געדארפט ניצן 2520 וואס איז נישט צו פראקטיש. נאך א סבה איז ווייל סאיז דא בערך 360 טעג אין יאר. אין ספר הקנה ווערט געברענגט אז א יאר איז טאקע 360 טעג, אפשר אזוי איז געווען ביז צום מבול.