ⓘ פילאסאפן ..

אוויצענא

אַוויצענאַ, אדער איבן צינא, איז געווען א פערסישער דאקטער, פילאסאף און וויסנשאפטלער. אוויצענא האט געשריבן 450 ביכער וועגן מעדיצין און פילאסאפיע, און טייל האלטן אים פון די גרינדער פון מאדערנעם מעדיצין. זיינע מערסטע בארימטע ווערק זענען "דאס בוך פון היילן", א פילאסאפישע און וויסנשאפטלעכע ענציקלאפעדיע, און "דער קאנאן פון מעדיצין", וואס איז געווען א סטאנדארטער מעדיצינישער טעקסט אין פילע אוניווערסיטעטן אינעם מיטל אלטער. מען האט געניצט "דער קאנאן פון מעדיצין" אלס לערנבוך אין די אוניווערסיטעטן פון מאנטפעליער און לעוון ביז 1650. אוויצענאס קאנאן פון מעדיצין פארזארגט א קאמפלעטע סיסטעם פון מעדיצין לויט ...

אויגוסטינוס

אוירעליאוס אויגוסטינוס פון היפא - איז געווען א קריסטלעכער פילאסאף און טעאלאג. אויגוסטינוס איז געווארן באאיינפלוסט פון ווערגיל און אריסטא.

אחד העם

אחד העם איז דער פסעוודאנים פון אשר צבי גינצברעג וואס איז געווען פון די הויפט דענקער פון ציוניזם, און דער גרינדער פון דעם גייסטישן ציוניזם. ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט סקווירא, אין קיעווער פראווינץ, 18טן אויגוסט 1856. ער האט באקומען א טראדיציענעלע חינוך, אין חדר און אין ישיבה, אבער אין איינוועגס האט ער זיך ארייגעטון אין פילאסאפיע. אלטזייענדיק 20 יאר, האט ער אנעהויבן לייענען דייטשישע, און פראנצויזישע ליטעראטור. ער האט פרובירט צו ווערן אנגענומען אין עטליכע אוניווערסיטעטן, וואס געפינען זיך אין אייראפע אבער אן דערפאלג. אין יאר 1884, האט ער זיך באזעצט אין אדעס, ווו ער האט אנגעהויבן שרייב ...

איבן פולגאר

איבן פּולגאַר איז געווען אַ שפּאַניש־יודישער פֿילאָזאָף און פּאָעט. האָט געלעבט אין די ערשטע העלפֿט פֿון 14טען יאָרהונדערט. ער האָט איבערגעזעצט אײניגע שריפֿטען פֿון יצחק אַלבאַלי, געשריבן אײניגע װערק פֿון גרױסער װיכטיגקײט, אין װעלכע ער צײגט אַ מערקװירדיגען כח צו דיספּוטירען איבער רעליגיעזע פֿראַגען. איבערהױבט צײכענט ער זיך אױס אין זײן "ער הדעת" אין 5 חלקים אין אַ דיאַלאָגישן פֿאָרם. זײן װערק פֿון שירים איז גוט אַבער זײן גרױסקײט זעהט זיך אין זײנע פּראָזאַישע װערק פֿון װעלכע עס זײנען אַרױס נישט אַלע, ער בעשטרײט דאָס קריסטנטום אונערשראָקן, און צײגט אָן אַז דער גאַנצער פֿונדאַמענט פֿון קריסטענ ...

איבן רושד

איבן־רושד איז געווען אַ מוסולמענער דאָקטער און פילאָזאָף, וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע ווירקונג אויף דער אייראָפּייאישער פילאָזאָפיע פון דעם מיטל־אַלטער. געבאָרן איז ער אין קאָרדאָבע, די דעמאָלסדיקע הויפּטשטאָט פון דעם מורישן קעניגרייך אין שפּאַניע. אַ תקופה האָט ער געדינט אַלס וויזיר אין קאָרדאָבע, און שפּעטער אַלס הויפּט ריכטער אין מאַראָקע. צוליב זײַנע אמונות האָט מען עם פאַרפאָלגט און אַרײַנגעזעצט אין תפיסה, און ער איז באַפרײַט געוואָרן ערשט נאָכדעם וואָס ער האָט צוריקגעצויגן עטלעכע פון זײַנע שיטות. ער איז געווען באַפרײַנדעט מיטן פילאָזאָף איבן־טופײַל, וועלכע האָט עם רעקאָמאַנדירט פאַר ...

אריסטא

אַריסטא איז געווען פון די װעלט־גרעסטע פילאסאפן. ער האט געלעבט אין די צייטן פון די חכמי המשנה, ער האט זיך געטראפען מיט שמעון הצדיק דער כהן גדול, און איז זייער באאיינדרוקט געווארן פון זיין גרויס קלוגשאפט. ער איז געווען דער לערער פון אלעקסאנדער דער גרויסער. אריסטא איז געווען א גרויסער דענקער, רוב השקפות און שיטות וואס שטאמען פון די אלטגריכישע פילאסאפן און רוימישע פילאסאפן שטאמען פון אים, עס ווערט דערמאנט א סך ספרים וואס ער האט מחבר געווען.

                                     

אל-גאזאלי

אַבו האַמיד מוכאמאד איבן מוכאמאד אַל־גאַזאַלי ;, באוואוסט ווי אַל־גאַזאַלי, איז געווען א מוסולמענער טעאלאג, יוריסט, פילאסאף, און מיסטיקער פון פערסישן אפטשאם.

                                     

זשו טשי

זשו טשי איז געווען א קאנפוציאנישער געלערנטער אין דער צייט פון דער סאנג דינאסטיע. זשו טשי איז געווען איינער פון די דריי חשובסטע קאנפוציאנישע פילאסאפן. ער האט איינגעארדנט די קלאסישע ווערק פון קאנפוציאניזם און האט בייגעשטייערט צו דער פילאסאפיע פון ניי-קאנפוציאניזם. ער איז געווען פון פודזשיאן פראווינץ אין כינע.