ⓘ הלכה ..

אנדרוגינוס

אן אנדרוגינוס ווערט דערמאנט אין תלמוד אלס א מענטש וואס האט סיי מענערלעכע און סיי פרויענישע גלידער. דאס ווארט איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי די גריכישע ווערטער: androsאנדרו=זכר, gyne=גן=נקבה. אין הלכה איז ער א ספק זכר און ספק נקיבה, און קען קיינעם נישט מוציא זיין מיט מצוות אפילו א צווייטן אנדרוגינוס. אין תשס"ו איז געווען אין די נייעס, ווען אזא איינער האט געגעבן א גט.

בין השמשות

אין הלכה, איז בין השמשות די צייט צווישן דעם סוף פון טאג און דעם אנהייב פון נאכט. וויאזוי צו רעכענען בין השמשות איז שוין א מחלוקת אין דער גמרא.‏ פשטות נעמט מען אן דריי פערטל פון א מיל פאר נאכט; אז מען רעכענט א מיל 18 מינוט דויערט בין השמשות 13.5 מינוט. אין ארץ ישראל איז היינט ברייט אנגענומען אז בין השמשות הייבט אן מיט דער שקיעה ביז 18 מינוט נאך דער שקיעה. להלכה איז בין השמשות א ספק צי סאיז צי סאיז נאכט. דאס שאפט א נפקא מינא למשל ווען הייבט אן שבת און יום טוב און אויך ווען זיי גייען אויס. אויך ווען מען רעכנט דעם אכטן טאג פאר א ברית מילה, א קינד וואס איז געבוירן בין השמשות איז א ספק. אויך לגב ...

התרת נדרים

התרת נדרים איז א פּראצעדור אין הלכה, וואו אַ מענטש וואס האט געמאכט א נדר, און שפעטער האט ער חרטה, קען מען מתיר זיין, ד״ה אנולירן, זיין נדר. די התרה ווערט געמאכט דורך א חכם אדער דריי הדיוטות וואָס ווערן גערעכנט פאר דעם צוועק פאר א בית דין. מיט התרת נדרים קען מען אויך מתיר זיין א שבועה אדער הקדש. הייַנט איז אַ ברייטער מנהג צו פירן די סדר התרת נדרים ערב ראש השנה; טייל זענען נוהג דעם מנהג ערב יום כיפור. נאך התרת נדרים פירט מען זיך מבטל זיין פאראויס אלע נדרים וואס מען וועט מאכן אין דעם צוקונפט. ענלעך איז דער נוסח פון די כל נדרי וואס מען זאגט יום כפור פאר מעריב. מען דארף אונטערשיידן צווישן התרת ...

טומטום

א טומטום איז א מענטש וואס מען קען נישט באשיידן צי ער איז א זכר צי א נקיבה, ממילא בלייבט ער א ספק. א טומטום האט די חומרות פון סיי זכרים סיי נקבות לויט דער הלכה קען זי נישט מוציא זיין אנדערע מיט מצוות.

כרמלית

דער ארטיקל דיסקוטירט א רשות אין הלכות שבת. טאמער זוכט איר די חיפה מעטרא, זעט כרמלית חיפה. א כרמלית, אין הלכה, איז איינע פון די פיר רשותן פון שבת. א כרמלית איז אן ארט וואס איז נישט ארומגענומען מיט מחיצות, און איז נישט קיין וועג וואס א רבים גייען אדורך. די אנדערע רשותן פון שבת - רשות היחיד, רשות הרבים און מקום פטור - זענען פון דער תורה, אבער כרמלית איז א רשות דרבנן. מן התורה, איז א כרמלית א מקום פטור, אבער די רבנן האבן געאסרט טראגן צווישן א כרמלית און א רשות היחיד, ווי אויך צווישן א כרמלית און א רשות הרבים, און אויך אז מטאר נישט טראגן עפעס א זאך פיר איילן דארט. היינטיקע צייטן זענען מערסטע אפ ...

מחיצה

א מחיצה איז א באגריף אין הלכה וואס ווערט געניצט אין פארשידענע געלעגנהייטן. אין א שול מוז מען האבן א מחיצה צו טיילן צווישן די מענער און פרויען. אין הלכות שבת, דריי אדער פיר מחיצות קען שאפן א רשות היחיד אדער א כרמלית. א סוכה מוז זיין ארומגענומען מיט דריי מחיצות.

                                     

מידות שהתורה נדרשת בהן

די מידות שהתורה נדרשת בהן זענען די כללים וואס חז"ל האבן געניצט ארויסצולערנען פון דער תורה שבכתב הלכות וואס שטייען נישט בפירוש אין דער תורה. מערסט באוואוסט זענען די דרייצן כללים אין דער ברייתא דרבי ישמעאל אין אנהייב פון תורת כהנים.

                                     

גרשון נפתלי שפיגעל

גרשון נפתלי שפיגעל איז א טוען רבני וואס וווינט אין לייקוואד. ער איז געווען פון די שטוב מענטשן ביי הר"ר משה פיינשטיין. איז אן איידעם ביי קויפמאן א רייכער פאפא חסיד אין מאנטריאל וואס איז אן איידעם ביי זילבערמאן א ברודער פון דער וואס האט מייסד געווען די ישיבות אין אלטשטאט ירושלים אויפן דרך הגר"א. ער איז איינע פון די מייסדים פון א מוסד אין לייקוואד וואו מען לערנט לויט דרך הגר"א.