ⓘ גיור איז דער פראצעס וויאזוי א גוי ווערט א ייד; דער גוי וואס איז זיך מגייר הייסט א גר. לויט דער הלכה איז א ייד אדער איינער וואס איז געבוירן צו א יידישער מוטער אד ..

                                     

ⓘ גיור

גיור איז דער פראצעס וויאזוי א גוי ווערט א ייד; דער גוי וואס איז זיך מגייר הייסט א גר. לויט דער הלכה איז א ייד אדער איינער וואס איז געבוירן צו א יידישער מוטער אדער איינער וואס איז זיך מגייר.

                                     

1. א גר אין דער תורה

א גר אין די תורה מיינט א פרעמדער א גוי, ווער סאיז געקומען וווינען אין ארץ ישראל אויף א וויילע אויף צו ארבעטן א.ד.ג. ווען זיין משפחה וווינט אין חוץ לארץ.

א גר האט באזונדערע דינים אין דער תורה אנדערש ווי סתם א גוי, מען דארף זיך מיט אים גוט פירן וְגֵר לֹא-תוֹנֶה, וְלֹא תִלְחָצֶנּוּ: כִּי-גֵרִים הֱיִיתֶם, בְּאֶרֶץ מִצְרָיִם שמות כ"ב.