ⓘ יידיש ..

א שפראך איז א דיאלעקט מיט אן ארמיי און א פלאט

אַ שפּראַך איז אַ דיאַלעקט מיט אַן אַרמיי און פֿלאָט איז איינער פון די מערסטע געניצט אפאריזמען אין דיסקוטירן דעם חילוק צווישן א דיאלעקט און א שפראך. עס אילוסטרירט דעם פאקט אז דער סטאטוס פון די רעדערס ווירקט אויף צו זייער שפראך איז א דיאלעקט. די וועלט מיינט אז מאקס וויינרייך האט מחדש געווען דעם אפאריזם, אבער ער אליין האט עס איבערגעזאגט פון א צווייטן, אזוי ווי ער שרייבט אינעם פאלגנדן שטיקל: פֿאַר אַ יאָרן האָבן מיר אין דער ד״ר צמח שאַבאַד־אַספּיראַנטור געהאַט אַ קורס פֿון צוואַנציק לעקציעס אויף דער טעמע׃ "פּראָבלעמען אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך". צווישן די צוהערערס איז איין מאָ ...

דייטשמעריש

דײַטשמעריש איז א באגריף פאר ווערטער אין יידיש וואס שטאמען פונעם מאדערנעם דייטשיש וואס מהאט אין סוף דעם 18טן י"ה און אין פארלויף פון כמעט דעם גאנצן 19טן י"ה אריינגעפירט אין יידיש, ווי למשל ווערטער: שטונדע אנשטאט שעה, שטראסע אנשטאט גאס און אין דעם אויסלייג האט מען למשל אריינגעשטעלט שטומע עינס און האען ווי: עסען אנשטאט עסן, איהר אנשטאט איר, היממעל אנשטאט הימל אא"וו. אין געוויסע תקופות איז דייטשמעריש געווען אין טענדענץ און דער מער אינטעליגענטער אויסלייג. יידישיסטן האבן תמיד געפירט מלחמות קעגן דייטשמעריזם. למשל מאקס וויינרייך שרייבט: כל זמן יידיש איז געגאנגען ווי עס גייט זיך, כל זמן עס איז ניט ...

יונג יידיש

יונג יידיש איז א געזעלשאפט פון א גרופע מיט יונגע טעטיקערס וואס זייער ציל איז צו אנהאלטן די יידישע שפראך זאל נישט פארניכטעט ווערן. געגרינדעט אין 1993 און אנגעפירט פונעם קינסטלער שרייבער און קולטור-טוער מענדי קאהן אדער מנחם כהנא. יונג יידיש האט א זאמלונג פון אן ערך 40000 יידישע ביכער, צייטשריפטן אד"ג. און ארגאניזירט קאנצערטן, אויסשטעלונגען, יום טובדיקע אימפרעזעס ווי אויך יידיש-לימודים, מיט וועלכע פירט אן דער לערער חנן בארדין פון דער העברעאישער אוניווערסיטעט. די געזעלשאפט פארמאגט צוויי גרויסע ביבליאטעקן וואס זי האט געשאפן דורך א נאציאנאלער זאמל-פראיעקט אין ישראל פון יידישע ביכער: איינע, זינט ...

יידישע אויסלייגן

יידישע אויסלייגן זענען אָרטאָגראַפישע סיסטעמען, וואָס ווערן באַניצט צו שרייבן די יידישע שפּראַך. ס׳רוב פון זיי פאַרווענדן יידישן אלף־בית. אָרטאָגראַפישע פיל־מיניקייט איז זייער כאַראַקטעריסטיש פאַר יידיש, אַזוי ווי אויך פאַר אַנדערע יידישע לשונות, אַריינגערעכנט העברעאיש, וואָס איז כנגד שטאַרקער נטיה צו סטאַבילקייט אין אייראָפּעאישע שפּראַכן. די געשיכטע פון יידישן כתב איז עלטער פון דער שפּראַך גופא, באשר די פּרינציפּן פון כמעט אַלע אויסלייג־סיסטעמען האָבן מקורות אין לשון קודש. אנדערש ווי העברעיש, זענען די אותיות אין יידיש צעטיילט אין קאנסאנאנטן און וואקאלן. די קאנסאנאנטן זענען׃ א, ב, ג, ד, ה ...

יידישע דיאלעקטן

די יידישע שפּראַך איז געווען פּאָפּולער צווישן די יידן אין אַ סך לענדער אין אייראָפּע, און דערפאַר האָבן זיך אַנטוויקלט אַ ריי מינים יידישע דיאַלעקטן, אַריינגערעכנט די היינט־צייטיקע פּוילישער, אוקראַאינישער און ליטווישער דיאַלעקטן. עס האָט זיך אַנטוויקלט און שפּעטער באַקומט אַ גרויסע שטיצע פון יידישע לינגוויסטן און לערער אַ כלל שפּראַך, וואס אבער דער המון עם האט קיינמאל נישט אנגענומען.

ייווא

ייִוואָ איז אַן אינסטיטוציע געווידמעט דער פֿאָרשונג און פֿאַרהיטונג פֿון דער קולטור, שפּראַך און געשיכטע פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום. ער איז געגרינדט געוואָרן אין ווילנע אין 1925. באַזונדערס וויכטיק זענען זײַנע אויפֿטוען אינעם תּחום פֿון דעפֿינירן אַ נאָרמירט ייִדיש און אַן איינהייטלעכן ייִדישן אויסלייג.

                                     

אוקראינישע ווערטער אין יידיש

פֿאָלגנדיק איז אַ ליסטע פֿון אָרגינעלע אוקראַיִנישע ווערטער, מיט זייער אָרגינעלן אויסלייג, וועלכע זענען געניצט אין אַלע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש. בעזלאַד - Безлад

                                     

יידיש עטימאלאגיע

דאס איז א ליסטע פון יידישע ווערטער וואס שטאמען פון שפראכן אנדערש ווי דייטש אדער העברעאיש. א? נאך א ווארט און באהאפטן צו א שפראך צייגט אז די ווארט קומט מעגליך פון א צווייטן שפראך א? פאר א ווארט צייגט אז די אפשטאם איז א ספק,

                                     

יידיש פארם

די יידיש פארם איז א פאלווארק לאקירט נאנט צו גושן, ניו יארק. זיי פלאנצן ארגאנישע גרינסן, ווי אויך פארמאגן זיי בהמות און עופות. זומער קומען דארט מענטשן פון איבער די גאנצע וועלט זיך צו לערנען יידיש.

                                     

כלל שפראך

דאס ווארט כּלל־שפּראַך, כּלל־ייִדיש אדער סטאַנדאַרט־ייִדיש באציט זיך צו דער יידישער קארעקטן אויסלייג און ארויסרייד צו סיי וואסערע יידישן דיאלעקט לויט די כללים פון ייווא. דער אנגענומענער סטאנדארט ייִדיש איז הײַנט באנוצט ווייניגער ווי דער אלגעמיינער אידיש, אבער וויבאלד דאס איז מער דקדוק דורכגעטאן לערנט מען איר בעיקר צװישן סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן, און איז באנוצט אין זייערע ביכער.

                                     

מגילת אסתר מיט געזאנג

איז א צוויי חלקימדיגער אלבום ארויסגעגעבן געווארן דורך ניגוני ווערצבערגער וואו עס ווערט אויפגעשפילט די מעשה פון מגילת אסתר אויף אינטרעסאנטע גראמען און לידער. כאטש עס איז ארויסגעקומען יארן צוריק איז עס נאך אלץ פאפולער היינט-צו-טאג צוליב איר פולע תוכן מיט א לייכטן הומאר.

                                     

פוילישע ווערטער אין יידיש

פאלגנד איז א ליסטע פון ארגינעלע פוילישע ווערטער, מיט זייער ארגינעלן אויסלייג, וועלכע זענען ארײַן אין אלע דיאלעקטן פין יידיש. דאָבראַנאָץ - Dobranoc קעשענע - Kieszeń וועווערקע - Wiewiórka נודנע - Nudny/Nudno וועטשערע - Wczoraj באָראָווקע - Borówka דאָברידזיען - Dzień dobry ליאַלקע - Lalka באָראָוויק - Borowik טשאטשקע/צאצקע - Cacko אוליצע - Ulica טרוסקאווקע - Truskawka פיראג - Pieróg זאַקאָן - Zakon שמאַטע - Szmata פיאווקע - Pijawka טאטשקע -Taczka

                                     

קענעדער אדלער

דער קענעדער אַדלער איז געווען די פירנדע יידיש־שפראך צייטונג אין קאנאדע, פון כ אלול תרס״ז ביז י״ז טבת תשמ״ט. דער קענעדער אַדלער איז געגרינדעט געווארן אין מאנטרעאל דורך הירש וואָלאָפסקי.