ⓘ קריסטנטום ..

איצטיקע צייט-רעכענונג

די איצטיקע צײַט־רעכענונג איז אַ צײַט־רעכענונג וואָס הייבט אן דעם‏ 1טן יאנואר 3761 לבריאת־העולם. היינט ציילט מען יאָרן פֿון איצטיקער צײַט־רעכענונג באַניצנדיק דעם גרעגאָריאַנישן קאַלענדאַר. דער קריסטלעכער מאָנאַך דיאָניסיוס דער ניכנע האָט געפֿונען אויס די איצטיקע צײַט־רעכענונג אין יאָר 525 אצ״ר דרפ"ה–דרפ"ו לבריאת־העולם. ער האָט געמיינט, אַז ערשטן יאַנואַר, 524 יאָר פֿאַר זײַן צײַט איז געווען דער געבוירן־טאָג פֿון אותו האיש. סרובֿ היסטאריקער הײַנט האַלטן, אַז ישוע איז פֿאַקטיש געבוירן געוואָרן אַרום 4 פֿאר דער אצ״ר, אין משך פֿון הורדוסנס רעגירונג.

גלח

א גלח איז א קריסטלעכער כהן וואס האט א גייסטלעכע שטעלע צו אנפירן רעליגיעזע פייערונגען, ווי צום ביישפיל, אויסטיילן די הייליקע ברויט, אויסצוהערן די גלויביקערס וידויים אא"וו. א גלח ווערט באפולמאכטיקט דורכן פויפסט. ביי די קאטוילן קענען, אין אלגעמיין, נאר פרייליידיקע מענער העכער די 30 ווערן גלחים, ביי די ארטאדאקסישע קריסטן קענען אויך חתונה געהאטע ווערן גלחים, אבער זיי טארן נישט ווידער חתונה האבן נאך וואס זיי זיינען געוורן גלחים. די גלחים גייען אנגעטאן מיט טראדיציאנאלע קליידער, שווארצע לאנגע ראקלאך און די ארטאדאקסישע גלחים אויך מיט א גרויסן קרייץ ציילעם אויף דער ברוסט.

געזעלשאפט פון פריינט

די רעליגיעזע געזעלשאפֿט פון פֿריינט, אויך באוואוסט מיטן נאמען קוועקער, איז א גרופע פון רעליגיעזע קריסטן וואס האלטן מדארף הערן וואס איז דער רצון פון גאט און זיך פירן לויט דעם. די באוועגונג איז געגרינדעט געווארן אין ענגלאנד אין דעם 17טן יארהונדערט. מהאט זיי גערודפט, און א גרויסער טייל זענען ארויסגעפארן קיין אמעריקע. איינער פון זיי, וויליאם פען, האט אויפגעשטעלט דעם שטאַט פון פענסילוועניע. היינט געפינען זיך די קוועקער אין קעניע דאס לאנד מיט דער גרעסטער צאל קוועקער, אוגאנדע, באליוויע, בורונדי, גוואטעמאלע, טייוואן, נעפאל, פאראיינגטע קעניגרייך, פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע. אין דער גאנצער וועלט ז ...

יאזע דע אנשיעטא

יאזע דע אַנשיעטאַ איז געווען אַ יעזואיטישער מיסיאנער און הייליקער פון דער קאטוילישער קירכע מיט א שפּאַנישן אפשטאם.

וואטיקאן

וואטיקאן איז א שטאטס שטאַט, דאס איז דער געגענט וואו דער פויבסט וואונט. עס איז א קווארטאל אין רוים מיט אן אייגן פאליציי און רעגירונג. פון דארטן ווערט געפירט די גאנצע מלוכה פון קאטוילישען קריסטישען גלויבן איבער דער וועלט. וואטיקאן געפינט זיך אינמיטן רוים, און ווערט פארעכנט ווי אן אייגענע מדינה אין אן אנדער מדינה. עס איז פאקטיש די קלענסטע מדינה פונעם שטח שטאנדפונק איבער דער וועלט. דער וואטיקען בראש מיטן פויפסט האט אמאל געשפילט א ריזיגע ראלע, אין דער מיטל אלטער זענען זיי געווען א ממליך מלכים, יעדער קעניג פון אייראפע האט זיך געמוזט בוקען פארן פובסט, ווי מער דער קעניג אדער קעניגען זענען געווען ג ...

                                     

באשיץ אונז פון שלעכטס

בּאַשיץ אונז פון שלעכטס איז א 2014 שרעקעדיגער פילם איבער גייסטער וועלכע באזעצן זיך אין מענטשן און צווינגען זיי צו באגיין שלעכטע טאטן. עס איז טיילווייז באזירט אויף א ווירקליכע געשיכטע.

                                     

מערי מעגדעלין

מערי מעגדעלין איז לויט די קריסטליכע מסורה געווען די ווייב פון גאט ווא זיי האבן צוזאמן געהאט א קינד וואס זיי האבן א נאמען געגעבן יאשקע מלשון פון העלפן די וועלט. זיי זאגן אז 2 עדות וואס זענען געווען זונות פון פאך אויס האבן דאס בייגעוואונט די ביאה ווי גאט האט געמאכט שוואנגערען די מאמע פון יאשקע אין א הייל.