ⓘ קנאות ..

ויואל משה

ויואל משה איז א ספר געשריבן געווארן בכתב יד פונעם סאטמארער רב רבי יואל טייטלבוים, וואו ער איז מבאר שיטתו פארוואס אידן זענן פארבאטן געווארן צו האבן אן אייגן יידישע דעמאקראטישע לאנד מיט אן אייגענער מיליטער פאר ביאת המשיח. דאס ספר איז אנגעטיילט אין דריי חלקים מאמר שלש שבועות, מאמר ישוב ארץ ישראל, מאמר לשון קודש. דער מאמר לשון קודש איז א תשובה וואס דער סאטמארער רב האט געשריבן צו הרב פינחס הירשפרונג קעגן דער מאדערנער העברעאישער שפראך. ווען דאס ספר איז ארויס געקומען האט זיך ווי פארשטענדליך געמאכט אן איבערקערעניש אין אלע שיכטן און קרייזן, טייל האבן עס פארברענט, און טייל גאר ווי דער בריסקער רב האט ...

נטרונא

נטרונא איז אן ארגאניזאציע וואס געבט זיך אפ מיטן פארשפרייטן, בעיקר פאר די גוים, אז נישט אלע אידן האלטן פון דער מדינה. זי ווערט אנגעפירט דורך ר יושע כ"ץ פון וויליאמסבורג און פינאנצירט דורך סאטמארער נגידים און אינגעלייט וואס וואוינען בעיקר אין וויליאמסבורג. נטרונא איז אקטיוו בעיקר אין א וועבזייטל Jews Against Zionism "אידן קעגן ציוניזם" אדער אונטער זייער אנדער דאמיין נאמען תורה טרו זשאוס תורה טרייע אידן Torah True Jews געגרינדעט און אויסגעהאלטן דורך סאטמאר מיטן ציל צו לערנען און פארשפרייטן אויף די גארער וועלט די שיטה פון סאטמארער רב רבי יואל טייטלבוים. זיי טוען אויך פארשפרייטן צעטליך און קונט ...