ⓘ בית מדרש. בית־מדרש מיינט א פלאץ וואו מען לערנט, אנדערשט ווי א שול וואס איז לכתחילה בלויז אלס בית הכנסת צו דאווענען. אבער זענען שוין אסאך פון די היינטיגע שולן גע ..

בית המדרש מדרשים

בית המדרש איז א זאמלונג פון אלטע אינטערעסאנטע מדרשי חז"ל. דאס האט געדרוקט אהרן יעלינעק א משכיל פון דייטשלאנד. עס האט זעקס בענדער, יעדעס באנד האט אסאך קליינע מדרשים, אינטרעסאנטע מעשיות און יודישע היסטארישע זאכן. יעדעס מדרש האט א מבוא פון א. יעלינעק, ער שרייבט דעם אינהאלט פון דעם מדרש, ווער פון די ראשונים ברענגען דעם מדרש, דער מבוא איז געשריגן אויף דייטש נישט אויף לשון הקודש, אבער די בוכשטאבן פונעם מבוא איז לאטייניש, דעריבער איינער וואס קען נישט די ביידע שפראכן איז עס זייער שווער צו פארשטיין. צווישן די מדרשים איז אויך אריין געדרוקט באקאנטע מדרשים וויי אגדת בראשית.

                                     

ⓘ בית מדרש

בית־מדרש מיינט א פלאץ וואו מען לערנט, אנדערשט ווי א שול וואס איז לכתחילה בלויז אלס בית הכנסת צו דאווענען. אבער זענען שוין אסאך פון די היינטיגע שולן געווארן פארוואנדלט אין א לערנען פלאץ אויך. אבער אמאליגע צייטן איז דאס געווען עקסטער פון א שול. אין א שול דארף מען זיין שטארק נזהר נישט אויסצורעדן קיין שום דברים בטלים.

                                     

ששון כדורי

הרב ששון כדורי גערופן חכם ששון איז געווען העכער פון פערציק יאָר דער הויפּט פון דער קהילה און דער הויפט רב פון באבילאָנישן יידנטום אין איראק תלמיד פון ישיבת בית מדרש בית זילכה.