ⓘ ספרעדשיט. א ספרעדשיט אדער רעכענען בויגן איז אן אויסגעשפרייטער בויגן פון קעסטעלעך וואס מען שרייבט אריין אינפארמאציע, אפטמאל פינאנציעלע. דער פארם איז געווען ברייט ..

                                     

ⓘ ספרעדשיט

א ספרעדשיט אדער רעכענען בויגן איז אן אויסגעשפרייטער בויגן פון קעסטעלעך וואס מען שרייבט אריין אינפארמאציע, אפטמאל פינאנציעלע.

דער פארם איז געווען ברייט באנוצט אין בוכהאלטעריי, ביי וועלכע מען לייגט אויס די אינפארמאציע אין עמודים און שורות. מיטן אויפקום פון דעם ספרעדשיט קאמפיוטער פראגראם איז דאס געווארן פיל מער פאפולער אויף צו ניצן אויף פארשידענע סארטן אינפארמאציע.

                                     

1. אן עלעקטראנישער ספרעדשיט

דער ערשטער ספרעדשיט קאמפיוטער פראגראם איז געווען וויזי-קאלק, וואס האט איבערגעדרייט דער וועלט פון בוכהאלטעריי. עס איז געווען צו באקומען נאר פארן עפל II קאמפיוטער, און דער פראגראם איז געווען אזוי פאפולער אז פיל האבן געקויפט קאמפיוטערס נאר פאר דעם וויזי-קאלק.

                                     

1.1. אן עלעקטראנישער ספרעדשיט לאוטוס

מיט דער איי.בי.עם. פי.סי. האט זיך איבערגעחזרט אן ענליכן שפיל. דער קאמפיוטער איז ארויסגעקומען אין 1982 און האט אין אנהייב נישט געהאט צופיל ערפאלג. מיטן ארויסקום פון דעם לאוטוס 1-2-3 פראגראם האט זיך דער מצב דראסטיש געטוישט. לאוטוס איז געווען פיל בעסער אויסגעארבעט ווי וויזי-קאלק, און דאס האט געטריבן דער פארקויף פון דעם איי.בי.עם. פי.סי. אויף גאר הויכע נומערן. וויזי-קאלק האט נישט געקענט נאכפאלגן די פאבעסערונגען פון לאוטוס, און ביז אפאר יאר איז עס אראפ פון מארק.

                                     

1.2. אן עלעקטראנישער ספרעדשיט מייקראסאפט עקסעל

ווידער האט זיך איבערגעחזרט דעם שפיל ווען מייקראסאפט האט ארויסגעגעבן דעם עקסעל פראגראם. מייקראסאפט האט דאס קודם געמאכט פאר דעם עפל מעקינטאש סיסטעם און דאס אנטוויקלט אויף גאר פארגעשריטן. מיטן ארויסגעבן דעם ווינדאוס 3.1 אפערעיטינג סיסטעם, האט מייקראסאפט אריבער געברענגט דעם עקסעל פראגראם צום איי.בי.עם. פי.סי. פלאטפארם. מיטן פאפולאריטעט פון דעם ווינדאוס פלאטפארם איז עקסעל געווארן שטארק אנגענומען. ביז לאוטוס איז אנגעקומען צו מאכן אן ענליכער פראדוקט פארן ווינדאוס סיסטעם האט שוין מייקראסאפט געהאט אריינגעבינדען עקסעל מיט דעם גאר נוצבאר און פאפולערן מייקראסאפט אפיס סוויטע, א ריזן פארזאמלונג פון וויכטיגע אפיס פראגראמען וואס זענען זינט דעמאלס די מערסטע פאפולער פון די סארט פראגראמען אויף רוב קאמפיוטער סיסטעמס.

                                     

1.3. אן עלעקטראנישער ספרעדשיט פארמלען

דער הויפט וועג וויאזוי מען באנוצט זיך מיט א ספרעדשיט פראגראם איז דורך אריינלייגן פארמיולעס וואס טוען זיך באציען צו אנדערע קעסטלעך און ווירקט א געוויסן חשבון לויט די אנווייזונגען.

יעדע קעסטל אין דעם ספרעדשיט האט אן אייגענעם אדרעס, לויט ווי עס איז פלאצירט, וואס איז צוזאם געשטעלט פון דעם עמוד און דער שורה. צ.ב.ש. דער ערשטער קעסטל אויפן אויבערשטע שורה אויף לינקס האט אן אדרעס פון A1. צו רעכטס פון דעם איז B1, דערנאך C1, א.א.וו. די צווייטער שורה גייט עס A2, B2, C2, א.א.וו.

א פארמל איז א געוויסן קאוד וואס רעכנט צוזאם לויט די אנגעגעבענע קעסטל אדרעסן. צ.ב.ש. א פארמיולע A1+A2 וועט געבן אלץ רעזולטאט דעם טאטאל פון די צוויי אנגעגעבענע קעסטלעך.

                                     

1.4. אן עלעקטראנישער ספרעדשיט היינטיגע ספרעדשיט פראגראמען

היינטיגע ספרעדשיט פראגראמען פארמאגן גאר שטארקע מעגליכקייטן און זענען פארעכנט כמעט אלץ אן אייגענעם פראגראמירונגס פלאטפארם. דער פראגראם האט די מעגליכקייט פון דורכפירן גאר קאמפליצירטע חשבונות. די פראגראמען ערלויבן א גרויסן צאל פונקציעס צו קענען טון אן א שיעור קאמפליצירטע רעכנונגען.

עטליכע פשוטע פונקציעס זענען ווי פאלגנד:

  • - אויב A1 פארמאגט א נומער העכער הונדערט וועט דער רעזולטאט זיין פון דעם A1 קעסטל. אויב נישט וועט דער רעזולטאט זיין פון B1.
  • - וועט געבן אלץ רעזולטאט דער דורכשניט פון די דרייסיג קעסטלעך פון A1 ביז A30.
  • - וועט געבן דעם גרעסטן נומער פון די אנגעגעבענע קעסטלעך.