ⓘ דוד בן-גוריון. בן־גוריון איז געבוירן געווארן יז תשרי תרמז 1886 דוד יוסף גרין אין פלאנסק, פוילן, דאן א חלק פון צאריסטישן רוסלאנד, צו זיינע עלטערן אביגדור גרין או ..

פאולא מאנווייס

פאלה מוניווס אדער פולה בן גוריון זי איז געווען די פרוי פון דעם פרעמיער מיניסטער און דער ערשטער פארטיידיגונגס מיניסטער פון דוד בן-גוריון. זי איז געווען אַ ניאַניע דורך פאַך, און אַקטיוו אין דער פּאָאַלעי ציון פּאַרטיי.

                                     

ⓘ דוד בן-גוריון

בן־גוריון איז געבוירן געווארן י"ז תשרי תרמ"ז 1886 דוד יוסף גרין אין פלאנסק, פוילן, דאן א חלק פון צאריסטישן רוסלאנד, צו זיינע עלטערן אביגדור גרין און שיינדל גרין לבית פרידמאן. זיין מוטער איז געשטארבן ווען ער איז אלט געווען צען יאר. זיין פאטער איז געווען אן אדוואקאט, און אן ענטוזיאסטישער מיטטיילער אין דער חובבי ציון ארגאניזאציע.

אין זיין יוגנט איז בן-גוריון שוין געווארן א שטארקער ציוניסט, און אין 1906 האט ער זיך געצויגן קיין פאלעסטינע. צוערשט האט ער געארבעט אין אגריקולטור אין די מאראנצן פעלדער און שפעטער איז ער געווארן א זשורנאליסט. אין יענער תקופה האט ער אנגעהויבן זיינע פאליטישע אקטיוויטעטן, און האט אנגענומען דעם נאמען בן-גוריון.

אין 1915 האבן אים די טערקן פארטריבן פון פאלעסטינע וועגן זיין רוסישע בירגערשאפט, און ער האט זיך געצויגן קיין ניו יארק וואו ער איז ארומגעפאהרן אויפטון פארן ציוניזם, צוערשט אָן ערפאלג. אבער דאן האט ער האט ארויסגעגעבן צוויי ביכער אויף יודיש, זעט ווײַטער "זיינע ווערק", וועלכע האבן געהאט א שטארקן אפקלאנג ביים אמעריקאנישן יודנטום. אין ניו יארק האט ער זיך אנגעטראפן מיט פאלא מאנווייס מיט וועמען ער האט דערנאך חתונה געהאט און געהאט מיט איר דריי קינדער.

אין 1918 האט ער זיך אָנגעשלאסן אין דעם 28סטער באטאליאן פון דעם יידישן לעגיאן פון דער בריטישער ארמיי. ער האט זיך צוריקגעקערט קיין פאלעסטינע נאך דער ערשטער וועלט קריג ווען דאס לאנד איז שוין געווען איינגענומען דורך די בריטישע.

                                     

1. אין דער ציוניסטישער פירערשאפט

בן-גוריון האט זיך טיף אריינגעטון אין פאליטישע אקטיוויטעטן און איז געווארן אן אנגעזעענער פירער פון ארבעטער ציוניזם, וואס איז שפעטער געווארן די דאמינירנדע פראקציע אין ציוניזם. ער איז געווען שטארק אנטקעגן די אקטיוויטעטן פון די עקסטרעמע גרופעס אצ"ל באקאנט אלץ דער ״אירגון״ און לח״י, וועמען ער האט גערופן טעראריסטישע גרופעס פאר זייער דורכפירן געוואלדטאטן קעגן די ענגלישע וואס האט אויך געברענגט פיל ציווילע קרבנות.

אין 1948, כאטש עס איז געווען שטארקע קעגנערשאפט אפילו פון זיין אייגענעם פארטיי, האט ער דורכגעפירט די רעזאלוציע צו גרינדן מדינת ישראל מיט שטימען פון זעקס קעגן פיר לויט דעם צוטיילונגס פלאן פון די פאראייניגטע פעלקער.

מיטן אויפקום פון דער מדינה האט ער געהייסן גרינדן די ישראלישע ארמיי, דער צבא הגנה לישראל (צה"ל, און פארבאטן דאס עקזיסטענץ פון אנדערע באוואפנטע גרופעס. דאס האט געפירט צו אנגעצויגענע באציאונגען מיט מנחם בעגין דער פירער פון דעם אירגון. ווען בעגין האט געברענגט א שיף פול מיט וואפן, דער אלטאלענא, האט בן-גוריון באפוילן דאס איבערגעבן פארן ניי געבוירענעם צה"ל. בעגין, וועלכער איז געווען אויפן שיף, האט מסכים געווען איבערצוגעבן אכטציג פראצענט פון די וואפן, און די איבריגע פאר די אצ״ל קעמפער פון ירושלים, דאס איז וויבאלד ישראל האט נאך נישט איינגענומען ירושלים, און איר צוקונפט איז נאך נישט געווען קלאר, און בן-גוריון האט באפוילן באמבארדירן די שיף, טראץ דעם אפמאך וואס די אצ״ל האט פון פריער געהאט מיט דער ארמיי. זעכצן יידישע מיטגלידער פון דעם אירגון זענען אומגעקומען. בעגין אליין איז נישט געשעדיגט געווארן, אבער ער האט דערנאך נאכגעגעבן און אנגעשלאסן זיינע קעמפערס מיטן צה"ל.

                                     

2. אלס פרעמיער מיניסטער

בן-גוריון האט געפירט מדינת ישראל אין דער קריטישער תקופה פון דעם זעלבשטענדיגקייט קריג, וועלכער האט זיך געצויגן פון נאוועמבער 1947 ביז מארץ 1949. נאכן קריג איז ער געווארן אויפגענומען אלץ פרעמיער מיניסטער און געפירט די מדינה אין אירע יונגע יארן.

אין 1953 האט ער דערקלערט אז ער ציט זיך ארויס פון דער פרעמיערשאפט זיך צו באזעצן אין קיבוץ שדי בוקר אין דער נגב. אין 1955 איז ער אבער צוריקגעקומען צו דער פרעמיערשאפט און געדינט ביז 1963. ער איז ווייטער פארבליבן פארמישט אין פאליטישע ענינים ביז ער האט זיך אנטזאגט פון דעם אין 1970. זיינע לעצטע יארן האט ער פארברענגט אויף זיין קיבוץ, שטודירנדיג שפינאזא און בודהיזם.

אויף זיין נאמען זענען גערופן בן-גוריון פליפארט און דער בן-גוריון אוניווערסיטעט פונעם נגב.

ער איז נפטר געווארן דעם 1טן דעצעמבער, 1973.

                                     

3. זיינע ווערק

  • אין די שפעטערע ת"ר יארן האט ער אינאיינעם מיט יצחק בן-צבי געשאפן און ארויסגעגעבן א דיק בוך אויף דער יידישער שפראך מיטן נאמען ארץ ישראל, וועלכע נעמט ארום די פארגאנגענהייט און געגנווארט פון ארץ ישראל און אירע איינוואוינער.
  • יזכור, רעדאקטאר און הקדמה צו דער צווייטער פארגרעסערטער אויפלאגע אין יאר תרע"ז
                                     

4. וועבלינקען

  • אן ארטיקל אויף העברעאיש באהאנדלט בן-גוריוןס צוגאנג צו דער יודישער שפראך
  • ביאגראפיע אויף בן-גוריון פון דער דזואיש ווירטועל לייברערי
  • ספעציעלע באריכט אויף בן-גוריון פון דער בי.בי.סי.
  • בן-גוריון אין א רעדע אויף יודיש אין שוועדן אין יאר 1962
                                     
  • בן גוריון פליפעלד העברעי ש: נמל תעופה בן - גוריון אין קורצן: נתב ג איז דער אינטערנאציאנאלער פליפארט פון ישראל, און מערהייט מענטשן וואס קומען אריין אין
  • מוניווס אדער פולה בן גוריון זי איז געווען די פרוי פון דעם פרעמיער מיניסטער און דער ערשטער פארטיידיגונגס מיניסטער פון דוד בן - גוריון זי איז געווען א ניא ניע
  • ראטעווען יידן פון חורבן אייראפע און מחבר פון מן המצר געב ה תרס ד ה תשל ד - דוד בן גוריון דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל געב ה תרמ ז
  • יולי 1965 איז געווען אויסערן מיניסטער פון ישראל, פון 1948, ביז ווען דוד בן - גוריון האט רעזיגנירט פון דער פרעמיערשאפט. ער איז געווען דער צווייטער פרעמיער
  • געארגי זשוקאוו, קאמאנדיר פון דער רויטער ארמיי געש 1974 1973 - דוד בן גוריון ערשטער פרעמיער מיניסטער פון ישראל 30סטן נאוועמבער - 2טן דעצעמבער דעצעמבער
  • חול המועד סוכות אין ארץ ישראל דער ערשטער טאג אין חוץ לארץ ה תרמ ז - דוד בן גוריון איז געווען דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל נפטר ו כסלו
  • פרעמיער מיניסטער זעלבסט האט געדינט אויך אלס זיכערהייטס מיניסטער, ווי דוד בן - גוריון לוי אשכול, מנחם בעגין, יצחק רבין, אהוד ברק. אין ישראל געווענליך איז
  • פאליטיק, אין די נאציאאלע פארלאמענט, דער הויפט פונעם פארטיי איז געווען דוד בן גוריון ערב די גרינדונג פון די מדינה, האט מען באשטעטיקט אן איבערגאנגס רעגירונג
  • וואסילי טשויקאוו גיאורגי זשוקאוו איוואן קוניאוו וויאטשעסלאוו מאלאטאוו דוד בן גוריון נחום גאלדמאן הענריעטע סולד היראהיטו פומימארו קנואה הידקי טאזשא איסוראקו
  • וועלט קריג: מארשאל פעטען ווערט דער פירער פון ווישי פראנקרייך 1963 - דוד בן גוריון רעזיגנירט פון זיין פרעמיער מיניסטער פון ישראל 1977 - לעאניד ברעזשנעוו