ⓘ אינטערנעט. די אינטערנעץ איז אַ גלאבאלע סיסטעם פון פארבונדענע קאמפיוטער נעצווערק, וואס אנטהאלט ביליאָנען קאָמפּיוטערס צונויפגעבונדן אין אַ גרױסער נעץ. דאָס דערלױ ..

ניק

ניק איז א פאלשע נאמען וואס מען באנוצט זיך מיט זיי געווענליך אויפן אינטערנעט ווי מוויל נישט אז אנדערע זאלען אויפדעקן זיין אידענטיטעט. חז"ל זאגן: "המכנה שם לחבירו אין לו חלק לעולם הבא".

כשר סעלפאון

דאס איז אנדער פון די כשרע סעלפאוןס אין ארץ ישראל, וויבאלד אין ארץ ישראל האבן די פירמעס אליין זיך צוגעשטעלט פאר די כשרע סעלפאון און צוליב זייער אייגענע ביזנעס אינטערעסע מאכן זיי זיכער אז עס זאל נישט האבן קיין אינטערנעט אדער טעקסט.

גליקל

גליקל בת יהודה לײב איז געװען אַ ייִדענע אַ סוחרטע פֿון דײַטשלאַנד וואס האט געלעבט אינעם 17טן יאָרהונדערט. זי איז געװאָרן באַרימט דורך אירע זיכרונות װאָס זי האָט געשריבן אױף ייִדיש. זי איז געבוירן אין האמבורג אין התק"ו. גליקל אינעם אינטערנעט־אַרכיװ װעבזײַטל און צו מאדערן יידיש איבערזעצט

                                     

ⓘ אינטערנעט

די אינטערנעץ איז אַ גלאבאלע סיסטעם פון פארבונדענע קאמפיוטער נעצווערק, וואס אנטהאלט ביליאָנען קאָמפּיוטערס צונויפגעבונדן אין אַ גרױסער נעץ. דאָס דערלױבט א קעגנזײַטיגן אינפֿאָרמאַציע-פֿלוס פֿון-און-צו אלע אנגעשלאסענע קאָמפּיוטערס. די אינטערנעץ שליסט איין מיליאנען פריוואטע, פובליק, אקאדעמישע, ביזנעס און רעגירונג נעצווערק.

די אינטערנעץ שטיצט א רייע סערוויסן, צווישן זיי די World Wide Web און דעם אינפראסטרוקטור פאר בליצפאסט.

די אינטערנעץ איז געשאפן געווארן אקטאבער 1969 אין אמעריקע. אין 1989 האט טים בערנערס-לי געשאפן די אלוועלטלעכע וועב.

היינט ווערן די טראדיציאנעלע קאמוניקאציע מעדיע, ווי למשל טעלעפאן, מוזיק, פילם און טעלעוויזיע איבערגעארבעט דורך דער אינטערנעץ. אויך דאס פארעפנטלעכן פון צייטונגען, ביכער און אנדערע געדרוקטע זאכן ווערט צוגעפאסט צו וועבזייטל טעכנאלאגיע, ווי אויך די נייע מאדעס פון בלאגן און וועבפידן.

                                     

1. מלוכה פֿון דער אינטערנעץ

די אינטערנעץ דערמעגליכט אלעמען צוטריט צו א ים פון אינפארמאציע אויף אלערלײַ טעמעס.

די אינטערנעץ דערלויבט אויך מענטשן זיך אויסצושפרעכן אנאנים. דאס ברענגט אז מזאל זיך קענען ארויסהײַבן פון די געווענטליכע סאציאלע באגרעניצונגען און מאכן פארשריט דורך פרײַען טראכטן.‏

מיט די צייט האט זיך די אינטערנעץ אנטוויקלט ווי רוב זאכן אין די וועלט, א ביישפיל איז די סאציאלע מידיע ווי פעיסבוק און אינסטאגראם און מענטשן האבן אנגעהויבן נוצן די פלאטפארמעס אלס א מיטל פון זיך ארויסגעבן אויף פארשידנארטיגע אופנים און ווי אויך איז דאס געווארן גאר געאייגנט פאר ביזנעסער.

דער אלוועלטלעכע וועב איז א וויכטיקער אפטייל פון דער אינטערנעץ וואס באדינט דאקומענטן און אנדערע רעסורסן דורך זייער URL.

                                     

2. באדינונגען אויף דער אינטערנעץ

מען ניצט די אינטערנעץ פאר אסאך זאכן, ווי למשל עלעקטראנישע פאסט, אנליין שמועסן, דער וועלטס־געוועב כולל וואלקן קאמפיוטעריי און טעקע טראנספערן.

די מערסט באניצטע באדינונג אויף דער אינטערנעץ איז דער World Wide Web אפט גערופן סתם דער "וועב". דער "וועב" אנטהאלט וועבזייטלעך, בלאגן, און אויך וויקיס - איינשליסנדיק וויקיפעדיע. יעדער איינער קען זען בלעטער אויפן וועב (אחוץ ווען דער בלאט פאדערט א פאסווארט.

דער צווייטער הויפט באניץ פון דער אינטערנעץ איז שיקן און באקומען ע־פאסט. ע־פאסט שיקט מען פריוואט פון איין באניצער צו א צווייטן. תיכפדיקע מעלדונגען איז ענלעך צו ע־פאסט, אבער עס פאדערט אז ביידע פארטייען זאלן זיין אנליין צוזאמען, און לאזט מער ווי צוויי מענטשן אטייל נעמען.

                                     

3. איסור און קריטיק אױף דער אינטערנעץ

אפיקורסות

אז דאס פרײַע פליסן פון אינפאָרמאציע קען ברענגען אומגעוואונטשענע רעזולטאטן, דורך ליינען שאלות אויף אמונה, און נישט זעהן דעם ענטפער תיכף ומיד.

געזונט

  • די פינגער ווערן אפגעשוואכט פון טייפן אזויפיל.
  • די אויגן ווערן שוואך פון קוקן צופיל אין ליכטיגקייט פון קאמפיוטער עקראן.
  • די גאנצער גוף ווערט אפגעשוואכט פון זיצן צופיל אויפן חשבון פון איבונגען.
                                     

3.1. איסור און קריטיק אױף דער אינטערנעץ אידישקייט

א סך יִידישע רבנים האָבן ארויסגעגעבן אן איסור אויפן אינטערנעץ ווייל דאס קען ברענגען צו הארבע עבירות. דאס שאפט א פראָבלעם ווייל אין דער הײַנטיגער וועלט מוזן רוב ביזנעסער האָבן אינטערנעץ. דערפֿאַר פארלײַגט זיך דער איסור בעיקר אויף האבן אינטערנעץ-צוטריט אינדערהײַם, און שטרייכט אונטער אז אין ביזנעס זאל מען האבן נאר כשר אינטערנעץ, וואס זיפט דורך די אינפאָרמאציע און באגרעניצט צוטריט בלויז צו "רײַנע" זייטן.

עס אייז היינט פאראן פארשידענע אינטער נעץ פילטערס פון סיי פרומע, אידישע, און אויך נישט אידישע פירמעס און קהלות פאר געלט אדער פריי פון אפצאל.

אום ערב ר"ח סיוון תשע"ב, איז פארגעקומען די צענטראלע כינוס כלל ישראל אויפן ציל אפצוראטעווען די קומענדיגע דורות, און זיך לערנען די וועג וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די פראבלעמען פון די אינטערנעט, וואס דרינגט אריין אינעם טאג טעגליכע לעבן, און טוהט היבש צעטרייסלען דאס יוגענד אויף אומגעוואונטשענע רעזולטאטן.

                                     

3.2. איסור און קריטיק אױף דער אינטערנעץ אפיקורסות

אז דאס פרײַע פליסן פון אינפאָרמאציע קען ברענגען אומגעוואונטשענע רעזולטאטן, דורך ליינען שאלות אויף אמונה, און נישט זעהן דעם ענטפער תיכף ומיד.

                                     

3.3. איסור און קריטיק אױף דער אינטערנעץ ביטול זמן ייאוש

רוב צייט וואס מען פארברענגט אויפן אינטערנעט איז געימס, נייעס, טשעט, און אזוי ווייטער זאכן וואס טוען גארנישט אויף און מען פילט זיך דערנאך זייער ביטער און דעפרעסט פארן גארנישט אויפטאן מיט די צייט.



                                     

3.4. איסור און קריטיק אױף דער אינטערנעץ לשון הרע, פאליטיק און מחלוקת

די שמועס גרופעס ווי הייד פארק און סתם טשעט און אימעיל קאנסווארסעישאןס מאכט דעם מענטש אז ער מוז האבן די לעצטע ווארט, ווייל מיט א דרוק פון א קנעפל קען מען דאך בלייבן גערעכט. דער מענטש ווערט איינגעוואונט אז ער מוז האבן א מיינונג, אפילו סתם אזוי וואלט אים נישט אנגעגאנגען דער גאנצער ענין אבער אז ער וועט אריינגעדרייט דערין ווערט ער א גאנצער מבין און בעל שיטות אויף יעדע זאך. אויך לשון הרע דורך טשעט און סתם די אינטימע קאמיוניקאציע איז גורם דורכפאלן מיט לשון הרע מער אין ווירטואלען לעבן מער ווי אין נארמאלן לעבן.

                                     

3.5. איסור און קריטיק אױף דער אינטערנעץ פארשקלאפט דעם מענטש צו זיינע תאוות. ווי נייגער און סעקס א.א.וו.

90 פראצענט פון אלע זוכונגען אויף אינטערנעט סוירוטש ענזשיןס ווי גוגל און יאהו איז דאס ווארט סעקס. אויך איז די מערסטע באזוכטע סייטס אזאלכע ברעיקינג נייעס ווי דראדזש רעפארט און סי.ען.ען. וואס טוישט זיך כסדר אויף די סעקונדע וואס סגעשענט. דאס אינטערנעט זאגט פארן מענטש דו ביסט נישט בעל הבית, די נייעס און די תאוות געוועלטיגן איבער דיר. און די סטאטיסטיקס פון אינטערנעט סייטס ווייזן דאס אלס פאקט.

                                     

3.6. איסור און קריטיק אױף דער אינטערנעץ סאציאל אפגעזונדערט מדות בין אדם לחבירו ווערן קארופטירט

א מענטש מוז קענען רעדן מיט מענטשן, דאגה בלב איש ישיחנה, און סתם איבערשמועסן א גוט ווארט וואס פאלט איין אמאל. דער אינטערנעט איזאלירט אייך סאציאל, אז איר האט נישט די אלע קריטישע בענעפיטען פון חברה וחברים.

זינט אלעס איז אימעיל קאמיוניקאציע וואס דער מענטש ווערט א אי=מענטש אנשטאט א פנים הארץ און אזוי ווייטער. פארגעסט מען וויאזוי מען דארף זיך אויפירן צו א לעבעדיגן מענטש.

                                     

3.7. איסור און קריטיק אױף דער אינטערנעץ געזונט

  • די פינגער ווערן אפגעשוואכט פון טייפן אזויפיל.
  • די אויגן ווערן שוואך פון קוקן צופיל אין ליכטיגקייט פון קאמפיוטער עקראן.
  • די גאנצער גוף ווערט אפגעשוואכט פון זיצן צופיל אויפן חשבון פון איבונגען.
                                     

4. מעלות פון אינטערנעץ

דערקעגן איז דא פיל מער מעלות פון דער אינטערנעץ, און דאס דארף ווערן אויסגעארבייט וויאזוי זיך צו פירן, די אלע זאכן וואס זענען חסרונות איז פונקט אזוי ווי אלע מאדערענע ערפינדונגען וואס אין אנפאנג איז זי געווען א שטער און שטרויכעלונג, ווי צום ביישפיל אן אויטאמאביל ווי מען קען גרינגער אנקומען צו תאוות און אפיקורסות. אדער א פענע וואס מקען זיך גרינגער שרייבן מיט אנדערע.

                                     
  • קאבל אינטערנעט איז א וועג פון פארבינדן צווישן דעם אינטערנעט סערוויס פ א רזא רגער ISP און דעם קונה וואס וויל ניצן די אינטערנעט אינדערהיים אדער ביי דער
  • Internet Explorer אינטערנעט עקספלארער טײ טש: אינטערנעץ אױסזוכער איז א וועב בלעטערער אנטוויקלט פון Microsoft געזעלשאפט וואס קומט היינט מיט מיט דער Windows
  • פארום אדער אינטערנעט פארום איז א וועב באזירטער אפליקאציע פאר דארטן אפצוהאלטן דיסקוסיעס, שמועסן און פאסטן דארטן באנוצערס אינהאלט, פון זייערע ארבעט, געשרייבאכצער
  • א טראל איז אן אינטערנעט טערמינאלאגיע, אזא נאמען אויף איינעם וואס גייט אריין אין אן עטאבילירטן וועב סייט מער אפט א פארום, שמועס גרופע, און ער הייבט אן
  • אינטערנעט פראטאקאל Internet Protocol אדער בקיצור IP איז דער דאטע אריענטירטער קאמפיוטער פראטאקאל און וועג וויאזוי עס ארבעט דער קאמיוניקאציע אריבערצופירן
  • אינטערנעט געזעלשאפט ישראל איגוד האינטרנט הישראלי איז א ן א רגא ניזא ציע וואס ארבעט צו פראטעזשירן די ניץ פונעם אינטערנעט פ א ר פא רשונג, קא מוניקא ציע
  • ווערט אפגעהיטן אין קאמפיוטער פון אלע וועב סייטס וואס מ האט באזוכט אויפן אינטערנעט דורך דעם בלעטערער. די אויפטו פון דעס איז צוויי פאכיג, איינס אז דער באנוצער
  • וויינעט Ynet איז דער אינטערנעט פארטאל פון דער טאג צייטונג ידיעות אחרונות איינער פון די גרעסטע מאדערן העברעאישע טאג צייטונגען. עס פלעגט ארויס קומען אין
  • פראגראם וואס לייענט און צייגט אינטערנעט בלעטער פארן באנוצער. די פיר מערסטע פאפולערע בלעטערערס זענען גוגל כראם, פייערפאקס, אינטערנעט עקספלארער און סאפארי. א
  • היינט נוצן א סעלפאן פאר SMS, MMS, אינטערנעט און אימייל. עס איז היינט דא ספעציעלע כשר ע סעלפאנען אן קיין אינטערנעט און אימייל אין אמעריקע און אין ארץ
  • בלעטערער פון מאזילאס פירמע, זי איז דער קאנקארענט פון דעם איינגעבויעטן אינטערנעט עקספלארער וועב - בראוזער וואס ווערט דערשינען מיטן ווינדוס. פיל מענטשן נוצן